לגבט און יידישקייט

פֿון װיקיפּעדיע
דער גאווה און טאָלעראַנץ פּאַראַד אין ירושלים אין 2005, בעת וועלכער מען האָט אויפגעהויבן אַ שילד מיט דער אויפשריפט "ברוך אתה ה' אשר עשינו כרצונו" וואָס דערמאָנט די ברכת השחר.
די מיטגלידער פון דער שטאלצער רעליגיעזער קהילה מאַרשירן צום ערשטן מאָל צוזאַמען אין דער שטאָלץ פּאַראַד אין תל אביב אין 2010
דער שטאלץ פאראד אין תל אביב, 2010
די יידישע לגבט-ארגאניזאציע "בית קומעלעף" אין פראנקרייך, בעת דער פרייד פאראד אין פאריז, 2012
די ביבלישע ציטאַט אויף דעם הינטערגרונט פון די שטאָלץ פאָן אין דער שטאָט פון אשדוד אויף די הינטערגרונט פון לגבט רעליגיעז פאָוביאַ, 2013

די איסורים וועגן געי'ס, לעסביען'ס, ביסעקסואלן און טראנסגענדער'ן ( לגב''ט) זענען נאך דיסקוסירט געווארן אין די תורה, אין פסוק זענען אידן באפוילן געווארן מיט די איסורים פון משכב זכר (ספר ויקרא, פרק יח, פסוק כב), און לא ילבש (מענער זענען פאַרבאָטן אָנצוטאָן "פרויען קליידער" און פֿאַרקערט). די שטעלונג פון לגב''ט אריינפלעכטונג אין די רעליגיעזע געמיינדע איז קאָנטראָווערסיאַל אין די פארשידענע קרייזן און קהילות: בכלל, ארטאדאקסישע קהילות און בפרט חרדישע קהילות. זענען מערסטנס פארמאכט פאר מיטגלידער וואס אידענטיפיצירן זיך אזוי. קהילות פון די אנדערע קרייזן זענען רעלאטיוו מער אָפן פֿאַר LGBT מענטשן.

רעליגיעזע טראַנסגענדערן זענען כּמעט נישט צום געפֿונען אין די ציבור'ישע דיסקאסוסיעס אין די רעליגיעזע געזעלשאַפט אין ישראל. ווען עס איז שוין יא דא א רעפערענס איז עס מערסטענס באגרעניצט צו פרויען טראנסגענדערן, בשעת טראַנסגענדער מענער ווערן איגנאָרירט.

סטאַטוס אין הלכה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מענערישע האומאוסעקסואליטי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הומוסקסואליות בהלכה

די הלכה פארבאט סעקסואלע באַציאונגען צווישן צוויי מענער, (אויך טראכטן פון אן עבירה איז אסור) און אנערקענט נישט אין הייראטן פונעם זעלבן סארט.

די מעשה פון סעקס מיט אַ זכר ווערט שטארק אראפגעריסן דורך די רבנים וואָס האַלטן עס פֿאַר אַ באַזונדער ערנסטע זינד. צום ביישפיל דער מהר"ל פון פראג שרייבט: "עס איז נישט דא נאך אזא זינד און פעלונג פונעם מענטש'נס שלימות מער פון דעם", [1] און "עס איז נישטא נאך אזא גרויליגע און שענדליכע זאך ווי משכב זכר". [2]

לעסביאנ'ס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די הלכה פארבאט סעקסואלע באציאונגען צווישן צוויי פרויען, הגם אין א קלענערע מדרגה ווי דער איסור פון משכב זכר.

אין קאַנטראַסט צו משכב זכר וואָס איז שוין אפען אויסגעשמועסט אין תנ"ך, איז דער מקור פון איסור אויף סעקסואלע באַציונגען צווישן נשים א דרש אין ספרא אויפ'ן פּסוק "כמעשה ארץ מצרים לא תעשו". די גמרא דערמאָנט טאַקע "נשים המסוללות זו בזו", אָבער ווארפט אפ די ווערטער פון רב הונא לויט וועלכע זיי זענען פסול צו די כהונה. [4] דער רמב"ם איז מגדיר דעם מעשה אלס אסור, אבער עס איז נישטא אויף דעם קיין ספעציעלע לאו, און דערפאר גיבט מען נישט קיין מלקות אויף דעם מן התורה, אבער "מען דארף זיי שלאגן מכות מרדות ". [5] .

דזשענדער פארגלייכונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שינוי מין בהלכה

די הלכה פארבאט אפעראציעס פאר זשענדער אויסגלייכונג וועגן דעם איסור קאסטראציע (און פאר פרויען וועגן סטריליזאציע לויט די דברי חז"ל) און טראגן קליידער ספעציעל געאייגנט פאר דעם צווייטן מין (" לא ילבש "), איסורים שייך צו טראַנסזשענדערן.

פֿאַרבינדונג פון נאַטור ערשיינונגען און זיכערהייט דראענגן צו משכב זכר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מימרות פון די גמרא און סטעיטמענטס פון רעליגיעזע פערזענליכקייטן קעגן מענערישע האומאוסעקסואליטי( משכב זכר בלשון התלמוד, מעשה סדום ) נעמען אריין דערקלערונגען אַז דער מעשה איז אַ חטא מדאורייתא, און פֿאַרבינדן די סארט אקטיוויטעטן מיט נאַטור טראגעדיס און ריזיקירונג פונעם גאנצן פאפולאציע. .

די גמרא, אין מסכת סוכה, זאָגט, אַז א ליקוי החמה קומט אין רעזולטאַט פון אַ צאָל עבירות, צווישן זיי משב זכר, און אַז א ליקוי החמה איז א "שלעכטע סימן פאר די גאנצע וועלט". . [6] .

אינעם נײַנטן פרק פון מסכת ברכות אין תלמוד ירושלמי, ווערט ציטירט די ווערטער פון רב אחא, אז ערדציטערנישן קומען צוליב משכב זכר. [7] רבנים, און רעליגיעזע באוועגונגען נוצן די גמרא צו פארדאמען לגב"ט, און פארבינדן ספעציפישע ערדציטערנישן מיט משכב זכר. [8] [9] [10] [11].

שטעלונגן פון ארטעדאקסישע רבנים היינט צוטאג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אלגעמיין, פארדאמט די רבנישע עסטאַבלישמענט יעדן פובליק אויסדרוק פון געי סעקסואַלע אָריענטירונג אָדער אויסדרוקן פון אַ אַנדערע דזשענדער אידענטיטעט, און איז קעגן די אנערקענונג פון זעלבע סעקס סארט באַציונגען. די איסורים וואָס זענען דא אויף לגב"ט זענען מוסכם ביי אַלע ארטאדאקסישע רבנים און עס איז נישט געווען קיין שום ענדערונג אין דער הלכה קיינמאל.

פון די אנדערע זייט, אין די צענטראלע סוגיות אנטבאלאנגט דעם לגב''ט מענטש, די עצם אנערקענונג אין זיין עקזיסטענץ און אין זיינע ווייטאגן, די גיידליינס איבער וויאזוי ער זאל פירן זיין לייפסטייל, און די פאסיגע באציאונג צו אים פון די קהילה, איז אנשטאנען א באדייטענדע ענדערונג אין די לעצטע צוויי צענדלינג יאר צוזאמען מיט די גרינדונג פון שטיצע אָרגאַניזאַציעס פֿאַר רעליגיעזע לגב''ט מענטשן אין ישראל.

ארטאדאקסישע אידן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – יהדות חרדית


דער ליובאַוויטשער רבי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ליובאַוויטשער רבי, 1987

דער ליובאַוויטשער רבי האָט געהאַלטן, אַז האומאוסעקסואליטי זאָל דעפינירט ווערן אלס אַ פּראָבלעם, און מען דארף נעמען אַקטיווע שריט עס צו טוישן. לויט אים, אפילו אויב עס איז א נטיה מיט וואס מען איז געבוירן, היות די תורה זאגט אז עס איז אסור אויסצופירן די נטיה אדער אפילו טראכטן דערוועגן, און דערצו איז עס נאך א סתירה לדרך התורה אויך, דעריבער איז עס מעגליך צו טוישן אין אַ ענליכע וועג צו אנדערע נעגאַטיווע נטיות ווי ' קלעפּטאָמאַניאַ ', און אנדערע מידות רעות, וואָס דער מענטש מוז ארבעטן צו טוישן. דער ציבור מוז טאָן אַלץ מעגלעך צו העלפן די וואָס ליידן פון דער נטייה צו טוישן זייערע וועגן, און זיי טאָר עס נישט מוטיגן אָדער אָננעמען. פֿון דער אַנדערער זײַט, טאָר מען נישט פֿאַראַכטן אַ מענטש אויפֿן סמך פֿון אַ נאַטירלעכער נטיה, מיט וועלכער ער איז געבוירן געוואָרן. [21]

ר' יוסף דעוויק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זומער 2017 האָט הרב יוסף דעוויק, רב פון דער קהילה 'שער השמים' אין לאנדאן, ענגלאנד, געגעבן א תורה'דיגע שיעור פאר זיין קהילה, אין וועלכע ער האט גערופן צו אנערקענען האומאוסעקסואליטי און עס אָננעמען אויף געוויסע פעלער, אָבער אָן געבן הלכה'דיע לעגיטימאציע. [22] די רייד האבן פאראורזאכט א שטורעם און שארפע קעגנערשאפט ביי חרדישע רבנים אין לאנדאן און אין ארץ ישראל, טייל האבן זיך שארף אטאקירט הרב דעוויק, טענהנדיג אז ער פארדינט זיך נישט דעם טיטל 'רב', רופענדיג זיינע ווערטער כפירה ווי אויך שטותים און אפיקורסות . און גערופן אים מען זאל אים אפזאגן פון זיין רבנישע שטעלע. [23]

.

הרב שלמה אבינר, תשס"ה