ברכות השחר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ברכות השחר זענען די ברכות וואס א ייד זאגט יעדן טאג אינדערפרי ווען ער שטייט אויף אדער ביים אנהייב פון דאווענען. דאס איז א סדר פון 15 קורצע ברכות וואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן פאר זיין גוטקייט וואס ער טוט מיט מענטשן.

די ערשטע ברכה איז : "ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם, אשר נתן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה".

לויט נוסח אשכנז, זאגט מען דערנאך דריי ברכות וואס דאנקען פאר האבן די מצוות פון א ייד : שלא עשני גוי/גויה, שלא עשני עבד/שפחה, שלא עשני אשה/שעשני כרצונו. נאך דעם קומען די ברכות מלביש ערומים, פוקח עורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים, רוקע הארץ על המים, המכין מצעדי גבר, שעשה לי כל צרכי, אוזר ישראל בגבורה, עוטר ישראל בתפארה, הנותן ליעף כח, המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי.

די עדות המזרח זאגן די ברכות אויפן פאלגנדן סדר : פוקח עוורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים, מלביש ערומים, הנותן ליעף כח, רוקע הארץ על המים, המכין מצעדי גבר, שעשה לי כל צרכי, אוזר ישראל בגבורה, עוטר ישראל בתפארה, שלא עשני גוי, שלא עשני עבד, שלא עשני אשה, המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי.

די לעצטע ברכה ווערט פארגעזעצט "אל תביאנו לידי ניסיון ולא לידי ביזיון... ברוך אתה ד' הגומל חסדים טובים לעמו ישראל".

נאך די ברכות השחר זאגט מען די פרשת עקידה און פרשת הקרבנות

סדר פון וואכעדיגן דאווענען

תפילת שחרית - ברכות השחר | קרבנות | פסוקי דזמרה | קריאת שמע | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ, קדושה און ברכת כהנים | תחנון | קריאת התורה | אשרי יושבי ביתך | למנצח | קדושה דסידרא | שיר של יום | פיטום הקטורת | עלינו לשבח

תפילת מנחה - קרבנות | אשרי יושבי ביתך | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ און קדושה | תחנון | עלינו לשבח

תפילת ערבית - קריאת שמע | שמונה עשרה | עלינו לשבח | קידוש לבנה