חפץ חיים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א בילד פון דעם חפץ חיים ווען ער איז געווען אלט 91
ניו יארק טיימס פֿאָרנט בלאַט מעלדונג פון דער פטירה
ניו יארק טיימס ארטיקל (צווייטער טייל)

דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין (י"א שבט תקצ"ט, זשעטל - כ"ד אלול תרצ"ג, ראדין) האט געפירט א ישיבה אין ראדין, פוילן. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל, און ער האט פארפאסט די ספרים חפץ חיים, משנה ברורה און נאך.

יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטע (היינט בעלארוס), י"א שבט, ה'תקצ"ט. ביי די צען יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא. ווען ישראל מאיר איז געווען אלט 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף-שוועסטער.

ער איז געווען א תלמיד פֿון ר' נחום'קע פֿון הורודנא.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין, א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע. שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק, ווילנער גובערניע; דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה, רבי יצחק הכהן קאפלאן. זיין געהאלט איז געווען 50 רובל א זמן.

א שטיק צײַט האט ער פֿארדינט זיין פרנסה פֿון א קלייט וואס ער האט געהאלטן, אבער שפעטער האט ער זי פֿארמאכט, זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פֿון די אנדערע סוחרים.

תורה און כלל-ארבעט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געווען פֿון די גדולי הדור און איז געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.

צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער "חפץ חיים" (וועגן די דינים פֿון לשון הרע, רכילות און מוציא שם רע) און "שמירת הלשון" (וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פֿון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס. ווי אויך "ליקוטי הלכות" אויף די מסכתות אין סדרים זרעים און קדשים וואס האבן נישט קיין רי"ף.

ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן "משנה ברורה" דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאמגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט, און געווידמעט זיין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן.

געווען א גרויסער עניו, און אליינס פארקויפט זיינע ספרים.

ער איז נפטר געווען אין ראדין אום כ"ד אלול ה'תרצ"ג.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון זיין ערשטן זיווג:

  • הרב אריה לייב הכהן פופקא
  • גיטל - ווייב פון הרב אהרן הכהן, מחבר הספר "עבודת הקרבנות".
  • שרה – ווייב פון הרב צבי הירש לעווינסאן, רעכטער האנט פונעם חפץ חיים אין דער ראדינער ישיבה
  • אברהם – נפטר אין תרנ"ב, אין זיינע 20ער יארן.

פון זיין צווייטן זיווג:

  • הרב אהרן הכהן קאגאן – אין די 1940ער יארן איז ער געווען רב פון א שול אין מאנטרעאל, קאנאדע. אין 1945 איז ער אריבער קיין ניו יארק. נפטר אין תשי"ז. קיינמאל נישט חתונה געהאט.
  • פייגא חיה – ווייב פון הרב מנחם מענדל זאקס.
    • הרב הלל זאקס, ראש ישיבה פון חברון און כנסת הגדולה

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • משנה ברורה
  • חפץ חיים
  • שמירת הלשון
  • זכור למרים
  • מחנה ישראל
  • ליקוטי הלכות (אויף מסכתות וואס האבן נישט קיין רי"ף)