זשעטל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

זשעטל (בעלארוסיש: Дзятлава, רוסיש: Дятлово, פויליש: Zdzięcioł, ליטוויש: Zietela) איז א שטעטל אין היינטיגן בעלארוס, 165 ק"מ דרום-מזרח פון הוראדנא.

אין יאר 1995 איז איר באפעלקערונג געווען 8,900. די שטאט האט א באן סטאנציע, צווישן באראנאוויטש און לידא.

געשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זשעטל ווערט דערמאנט צונערשט אין דאקומענטן פון יאר 1498, אז מ'האט געגעבן דאס שטעטל צום פירשט קאנסטאנטין אסטראגסקי, וואס האט געבויט דארטן א הילצערנעם שלאס. אין 17טן יאר הונדערט איז דער פריץ געווען לעוו סאפיעהא. ער האט געהייסן בויען א קאטוילישע קירכע אינעם רינעק, וואס שטייט נאך אלץ. אין אנהייב 1708 במשך דער גרויסער צפונדיקער מלחמה האט דער קיסר פעטער דער ערשטער באזוכט זשעטל און פארזוימט דארטן א וואך צייט.

ביז צום צווייטן וועלט קריג איז די באפעלקערונג געווען אין מייסטענס יידן. אין 1942 איז פארגעקומען א גרויסע רציחה אין זשעטלער קאצעט, ווען עטאנישע פאליציי האבן אויסגעהרגעט 1500 יידן אן רחמנות.

פערזענלעכקייטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


קאארדינאטן: 53°29′N 25°25′E / 53.483, 25.417