דעמאגראפיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א וועלט מאפע באצייכנט די באפעלקערונג

דעמאגראפיע איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט די באפעלקערונג פון דעם ערד פלאנעט אדער פון געוויסע פעלקער, איר וואוקס אין היסטאריע און אין איר צוקונפט. זי איז כולל די שטודיע פון ענדערונגען אין דער באפעלקערונע דורך געבורט. טויט, עלטערן און וואנדערן.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביים ענדע פון דעם 19טן י"ה ווען די טעכנאלאגיע האט זיך זייער אנטוויקלט האבן זיך די מענטשן געמערט זייער דראסטיש. צ.ב.ש. אין יאר 1800 האבן געלעבט אין אייראפע ארום 180 מיליאן מענטשן, און אין יאר 1900 האט די צאל געשטיגן צו 400 מיליאן. די סיבה דערוועגן איז אלס די אנטוויקלונג פון דער טעכנאלאגיע וואס האט באזארגט מער עסנווארג פאר די מענטשן אלס די לייכטע טראנספארט, און אויך האט זיך די מעדיצין זייער אנטוויקלט, און עס איז פארמיידנט געווארן פילע שווערע קראנקייטן.

אויך האבן זיך פילע מענטשן אריבער געצויגן פון די דערפער צו די גרויסע שטעט, אלס דעם וואס דער עיקר ארבייט איז אריבער פון די פארמערס צו גרויסע פאבריקן אין די שטעט.

אלץ די גרויסע איינגעניש וואס איז געווארן אין אייראפע, האבן זיך מאסן מענטשן אריבערגעצויגן צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ארגענטינע, קאנאדע בראזיל און נאך, מיטן צוועק צו טרעפן ארבעט אין די אנגעקומענע לענדער. אויך די יידן איבערהויפט די ארימעלייט האבן זיך אריבערגעצויגן צו די דערמאנטע לענדער און א קליין טייל אויך צו ארץ ישראל (זעט אויך די ערשטע אימיגראציע).