דייוויד קאמעראן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דייוויד וויליאם דאנאלד קאמעראן
Davidcameron.jpg
54סטער פרעמיער מיניסטער פון פאראייניגטן קעניגרייך
איינגעשוואוירן: 11טן מיי, 2010
פארגייער: גארדאן בראון
נאכפאלגער: אין אמט
געבוירן: 9טן אקטאבער, 1966
געבורט ארט: לאנדאן, ענגלאנד
ווייב: סאמאנטע קאמעראן
פארטיי: קאנסערוואטיווע פארטיי
אונטערשריפט: [[טעקע:|100px]]


דייוויד וויליאם דאנאלד קאמעראן (ענגליש: David Cameron; געב' דעם 9טן אקטאבער 1966) איז דער פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע. ער איז א דעפוטאט פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי. ער פירט די ערשטע קאאליציע רעגירונג אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך זיין דעם צווייטן וועלט קריג, און איז דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער אין די לעצטע 200 יאר.

קאמעראן האט שטודירט פילאסאפיע און עקאנאמיע אין אקספארד אוניווערסיטעט. ער איז געוויילט צום ערשטן מאל צום בריטישן פארלאמענט אלס קאנסערוואטיוון דעפוטאט אין 2001, פארן וויטני וויילערשאפט. נאך די וואלן אין 2005 איז קאמעראן באשטימט געווארן פירער פון די קאנסערוואטיוון. ביי די וואלן אין 2010 זענען די קאנסערוואטיוון געווארן די גרעסטע פארטיי, אבער אן א מערהייט. דער פריערער פרעמיער מיניסטער גארדאן בראון האט זיך אפגעזאגט פון אמט ווען ער האט געזען אז קאמעראן גייט שאפן א קאאליציע מיט די ליבעראלע דעמאקראטן, וואס וועט האבן 363 מאנדאטן (פון 650 אינגאנצן). זאפארט האט די קעניגין עליזאבעט גערופן קאמעראן אים צו באשטימען פרעמיער מיניסטער מיט דעם פליכט פון שאפן א נייע רעגירונג.

קאמעראן איז א מיטגליד פון די "קאנסערוואטיווע פריינד פון ישראל".


פֿריערדיגער:
גארדאן בראון
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
2010 -
נאָכפֿאלגער:
היינטיגער