מארגארעט טאטשער

פֿון װיקיפּעדיע
מארגארעט טאטשער
Margaret Thatcher
געבורט 13 אקטאבער 1925
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 אפריל 2013 (אלט 87)
סיטי פון וועסטמינסטער, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
margaretthatcher.org
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מארגארעט הילדא טאטשער, די באראנעסע טאטשער, (13טן אקטאבער 1925 - 8טן אפריל 2013) איז געווען די פרעמיער מיניסטארשע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון 1979-1990, די ערשטע און איינציגסטע פרוי צו האלטן דעם אמט.

טאטשער האט שטודירט כעמיע אינעם אוניווערסיטעט פון אקספארד, און איז שפעטער געווארן אן אדוואקאט.

זי איז געווען פרעמיער אין ענגלאנד אין דער צייט פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט רייגן, זי האט זיך צום ערשט באקאנט געמאכט אין דער וועלט ווען זי האט שטרענג רעאגירט ביי די מלחמה מיט ארגענטינא, ווען ארגענטינא האט פארכאפט די פלאקס אינזעלן, ענגלאנד האט גלייך געשיקט אהין מלחמה שיפן און נאך א קורצע צייט האט זיך ארגענטינע געבראכן און איז ארויס פון דארט, אזוי ארום האט ענגלאנד געוואונען דעם פארמעסט.

ביי די מלחמה פון די פאלקלאנד אינזלען האט ארגענטינא פארלוירן איבער זעקס הונדערט סאלדאטן, און די ענדלענדער האבן פארלוירן צווי הונדערט און צוואנציג בערך. אויך לאקאלע מענטשן פון די אינזלן זענען אומגעקומען.

זי ווערט פארעכנט אלס א שטרענגער קאנסערוואטיווער פירער, מען האט זי גערופן די אייזערנע פרוי צוליב איר שטייפקייט, אויפן אינטערנאציאנעלן פארנעם האט זי זייער פיינט געהאט די קאמוניסטן און זי צוזאמעם מיט רייגן האבן געקעמפט קעגן די רוסן אויף טריט און שריט ביים קאלטן קריג, עס איז אנגענומען אז זי האט א גרויסער חלק פאר וואס קאמניניזם איז צוזאמענגעפאלן.

זי איז געשטארבן דעם 8טן אפריל 2013 פון א שלאק.