באריס זשאנסאן

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
באריס זשאנסאן
Boris Johnson.jpg
דער 2סטער בירגערמייסטער פון לאנדאן
איינגעשוואוירן: 5 מאי 2008
ביז: 2012
פארגייער: קען ליווינגסטאן
געבוירן: 19 יוני ,1964
געבורט ארט: ניו יארק סיטי, ניו יארק
ווייב: מארינא ווילער
פארטיי: קאנסערוואטיוו
אונטערשריפט: {{{אונטערשריפט}}}

אלעקסאנדער באריס דע פעפל זשאנסאן (באוואוסט אלס באריס זשאנסאן, געבוירן 19 יוני 1964, ניו יארק סיטי)[1] איז א בריטישער קאנסערוואטיוו פארטיי פאליטיקער און דער יעצטיגער בירגערמייסטער פון לאנדאן .ער איז אויך א זשורנאליסט און געוועזענער רעדאקטאר פון דער ספעקטאטאר.

ער איז א מיטגליד פון פארלאמענט פאר הענלי און איז געווען אמאל אן אפיציעלער פארשפרעכער אלס שאטן מיניסטער פאר העכערער בילדונג, ביז ער האט זיך געמאלדן צו קאנדידירן פאר בירגעמייסטער פון לאנדאן. זשאנסאן איז געווארן דער קאנסערוואטיוו פארטיי קאנדידאט 27 סעפטעמבער 2007.

אום 1 מיי 2008 איז ער געוויילט געווארן אלס בירגעמייסטער פון לאנדאן אויף א קאדענץ פון 4 יאר. ער האט געווינען די וואלן נאכן ציילן די צווייטע פרעפערענץ שטימען, מיט 1,168,738 קעגן די 1,028,966 שטימען פון זיין קעגנער, דער פריערדיגער בירגערמייסטער קען ליווינגסטאן.[2] באריס האט געמאלדן אז צוליב זיין זיג וועט ער רעזיגנירן אלס מיטגליד פון פארלאמענט.[3]

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. "וועגן באריס", אפיציעלע וועב-ארט ביאגראפיע.
  2. וואלן 2008 - לאנדאנער בירגערמייסטער BBC נייעס דערגרייכט 3 מיי 2008
  3. Sky נייעס, 3 מיי, 2008