ארץ יהודה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ארץ יהודה, איז די לאנד פון שבט יהודה, וואס זיי האבן איינגענומען ביי די יידישע אפענסיווע, אינאיינעם מיט יהושע בן נון, און די טייל איז געגעבן געווארן צו די שבט.

גרענעצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די גרענעצן פון יהודה רעכענען אריין, די באדן פון שבט בנימין, וואס נאך שלמה המלך, האבן זיך די צוויי שבטים פאראייניקט, און זענען רעגירט געווארן דורך מלכי יהודה.

די אור אלטע גרענעצן זענען געווען, פון חברון געגנט אין דרום. בית חורון געגנט אין צפון. ירדן טייך צו מזרח. און צו מערב איז לאטראן, (אדער גערופן עמאוס), וואס געפונט זיך בערך צוואנציק קילאמעטער, פון ירושלים.

יוסיפון, דערמאנט די גרענעצן פון יהודה, אין א גרעסערע שטח. ער רעכנט אריין גרויסע געגנטער פון וואס איז היינט אין מערב ברעג פון צפון, און פון דרום רעכנט ער אריין באר שבע, פון מערב רעכנט ער די מיטלענדישער ים.

פריע היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאכדעם וואס שלמה המלך איז געשטארבן, האט זיך אנגעהויבן א קאנפליקט, צווישן די שבטים איבער ווער עס רעגירט איבערן לאנד. שבט יהודה, אריינרעכנדיק בנימין, האבן אויפגענומען רחבעם אלס זייער קעניג. און די אנדערע שבטים האבן אויפגענומען ירבעם בן נבט, אלס זייער קעניג, און מיטדעם געגרינדעט די מלכות ישראל. דערביי געבנדיק פאר ארץ יהודה א סטאטוס פון אן אייגן לאנד.

ווען מלכות ישראל איז געקומען צו אן ענדע, דורך די קעניגן פון אשור, האט די יהודה קעניגרייך געצאלט צינזן פאר אשור, און דערביי פארזיכערט זייער זעלבסטשטענדיקייט. שפעטער איז די אשור אימפעריע צעפאלן, און יהודה האט געמוזט אנגעהערן צו די קעניגן פון מצרים. און דערנאך צו בבל, וואס האט שפעטער פארניכטעט די יידישע קעניגרייך, און פארטריבן די יידן אין גלות.

פערסישע צייטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כורש קעניג פון פרס און מדי, האט געגעבן ערלויבעניש פאר די יידן זיך אומצוקערן קיין ארץ ישראל, און אויפבויען די צווייטע בית המקדש, דאס אלעס איז געווען אן אטאנאמיע, אונטערן פערסישע אימפעריע, אויף אראמיש איז די שטאַט גערופן געווארן יהוד מדינתא, דאס לאנד יהודה.

דאס לאנד האט אנגעהאלטן, ביז ווען אלעקסאנדער דער גרויסער, האט באזיגט די פערסישע אימפעריע, און האט איינגענומען די לענדער, וואס האבן זיך געפונען אין ארץ ישראל. אונטער די פערסן האבן די יידן געהאט א פילע אטאנאמיע, ווי ארויסגעבן געלטער, און פרייהייט פון רעליגיע.

גריכישע צייטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אונטער די גריכן, האבן די יידן וואס האבן זיך געפונען אין ארץ יהודה, פון אנהייב געהאט ברייטע פרייהייט, ביז ווען די סירישע קייזער אנטיוכוס אפיפאנס, איז געקומען צו די מאכט, ער האט אונטערדריקט די יידישע זעלבסטהערשאפט, און אוועק גענומען זייער פרייהייט פון רעליגיע. דערמיט האט זיך אנגעפאנגען די אויפשטאנד פון די חשמונאים, וואס האבן זיגרייך ארויסגשטויסן די סירישע ארמייען, און געמאכט ארץ יהודה געצליך זעלבסטשטענדיק, און געגרינדעט די דינאסטיע פון די חשמונאים.

די חשמונאים האבן פון אנהייב פארזיכערט די גרענעצן פון יהודה, און דערנאך אנגעהויבן עס צו פארברייטערן, ווען יעדע קעניג פירט אן א סעריע פון מלחמות קעגן די שטעט, און אנעקסירט זיי, צו ארץ יהודה, דער הויכפונקט פון די קעניגרייך איז געווען, ווען אלכסנדר ינאי האט איינגענומען דאס רוב פון ארץ ישראל, אריינגערעכנט די בארטן פלאך, אנקומענדיק קיין דאר, א שטאט נעבן היינטיקן חיפה, און שטייענדיק איבער די בארטן שטאט עכו. פון צפון אשדוד, אשקלון, און עזה פון דרום. די גלעד געגנט, און אנדערע טעריטאריעס פון מזרח זייט ירדן טייך, און גרויסע שטרעקעס פון די אדומיים פון דרום.

רוימישע צייטן און חורבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאכדעם וואס ינאי איז געשטארבן, האט זיין ווייב שלומציון המלכה איבערגענומען, און האט געקעניגט פאר כמעט א צענדליק יאר, פון יאר 76 ביז יאר 67 פארן ציווילע ציילונג. ווען זי איז געשטארבן האט האט אויסגעבראכן א בירגער קריג, צווישן אירע צוויי זין, יוחנן הורקנוס דער צווייטער און יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, און זיי האבן אריינגעשלעפט די רוימישע אימפעריע, אין זייער געשלעג איבער ווער עס זאל קעניגן איבער יהודה.

אנהייב איז יהודה געווען אונטערן פראטעקטאראט פון רוים, שפעטער מיט די צייט געווארן א פראווינץ. רוים האט איינגעטיילט ווער עס וועט הערשן, און צוביסלעך אוועקגענומען די יידישע זעלבסטשטענדיקייט. די פאמיליע פון הורדוס, האט געקעניגט איבער יהודה, מער דינענדיק די רוימישע אינטערעסן, וואס איז אלס געווארן שווערערע אין שווערער.

אין יאר 66, האט אויסגעבראכן די גרויסע יידישע אויפשטאנד, וואס האט זיך געענדיקט זיגרייך פאר די רוימישע ארמייען, וואס האבן איינגענומען ירושלים, וואס איז געווען הויפטשטאט, און איר פארניכטעט, צוזאמען מיט די בית המקדש.

בר כוכבאס רעוואלט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאכן חורבן זענען געווען מערערע שטעט וואס זענען געווען פיל מיט יידן, ירושלים איז טאקע געווען חרוב, אבער יידישע אנוועזנהייט איז נישט קלענער געווארן. אין יאר 132, האט אויסגעבראכן די יידישע רעוואלט אונטער בר כוכבא, קעגן רוים. די יידישע לאנד האט געהאט צייטווייליקע זעלבסטהערשאפט פון דריי יאר, און האט פאראורזאכט שווערע פארלוסטן פאר די רוימישע מיליטער. צום סוף אבער האבן די רוימער בייגעקומען די יידישע קעמפער, און אונטערגעברענגט די רעשטלעך יידן, וואס זענען פארבליבן אין ארץ ישראל. דערמיט האבן די יידן זיך גענומען פארלאזן די געגנט פון יהודה, און די אנדערע געגנטער. און געגאנגען צו אנדערע יידישע ערטער אין גלות.

אדאריאניס קייסער, וועלכע איז געווען קייסער ביים רעוואלט, און איר אונטערדריקט, האט ווידעראמאל אויפגעשטעלט ירושלים, אבער פארבאטן איינטריט צו יידן, און האט גערופן די שטאט איליא קאפיטאלינא. און האט געביטן די נאמען פון יהודה, צו פראווינקיא סיריע פאלעסטינע.