אלכסנדר ינאי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
די חשמונאים ביי זייער הויכפונקט

(יהונתן) אלכסנדר ינאי, איז געווען א קעניג, און כהן גדול, פון די חשמונאים דינאסטיע. ער האט געקעניגט איבער ארץ יהודה אנגעפאנגען אין יאר 103, ביז יאר 76 איידער די צווילע רעכענונג.

ער האט זיך אסאך פארנומען מיט מלחמות, און קאמפן קעגן די גויים וואס האבן זיך געפונען אין ארץ ישראל, און האט איינגענומען, און פארברייטערט די גרענעצן פון די יידישע מדינה.

זיין טאטע איז געווען יוחנן הורקנוס דער ערשטער, זון פון שמעון התרסי, און אייניקל פון מתתיהו הכהן. זיין ברודער יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, האט געהערשט איידער ינאי איז ארויף, און ער האט פיינט געהאט ינאי, און אים איינגעזעצט אין טורמע. ווען ער איז געשטארבן האט ינאי געהייראט ארוסטובולסנס ווייב, שלומציון המלכה די שוועסטער פון שמעון בן שטח, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, אלס ייבום. ינאי איז ערשט געווארן קעניג ערשט נאכדעם וואס זיין צווייטער ברודער אנטיגונוס דער ערשטער איז געשטארבן.

אין זיינע מלחמות האט ינאי פארברייטערט די גרענעצן פון דעם יידישן לאנד, אין אלע ריכטונגען. אין צפון, ער האט אויך פארברייטערט די יידישע אנוועזנהייט אויפן מיטלענדישער ים, דרום האט ער איינגענומען עזה, און אנגעקומען קיין היינטיקן על אריש, און צפון סיני. מזרח אויפן גלעד, און די בשן, צפון האט ער איינגענומען עכו. און שטחים אויפן מזרח זייט ירדן טייך.

אלכסנדר ינאיס עלטערער ברודער אריסטובולוס איז געווען דער ערשטער פון די חשמונאים, זיך צו רופן מלך. נאך זיין טויט איז די מלוכה אריבער צו אלכסנדר ינאי און ער האט געפירט א קעניגרייך באזירט אויף זיך, און איגנארירט די סנהדרין, און האט גענויגט און אנגעפירט די צדוקים, וואס האט געברענגט אנטוישונג, און שפעטער צו אן אויפשטאנד פון די פרושים קעגן דעם קעניג.

אין אן אויפשטאנד, האבן די פרושים גערופן די סירישע, אז זיי זאלן קומען צו העלפן די פרושים אין ארץ ישראל, ינאי האט אונטערדריקט די אויפשטאנד מיט גרויס אכזריות, און אומגעברענגט מערערע אויפשטענדלער.

זיין שוואגער שמעון איז געבליבן לעבן, א דאנק דעם וואס שלומציון האט אים אויסבאהאלטן.

ינאי איז געשטארבן אינמיטן באלאגערן א שטאט, און זיין ווייב האט אים איבערגענומען די מלוכה, זיין זון יוחנן הורקנוס דער צווייטער די כהונה גדולה, און זיין צווייטער זון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער הויפט פון ארמיי. ער האט מיט זיינע מלחמות, דערגרייכט די הויכפונקט פון די חשמונאים קעניגרייך, וואס האט נאכגעפאלגט שפעטער אונטער זיין ווייבס הערשאפט.