אורי לופאליאנסקי
פֿון װיקיפּעדיע
אורי לופּאָליאַנסקי (געב. 1951) איז געווען דער בירגערמייסטער אין דער ירושלימער מוניציפאליטעט פון ירושלים פון 2005 ביז 2009. ער האט אויפגעשטעלט, און איז דער פארזיצער פון, די יד שרה געזעלשאפט.
ער איז א שטארקער פארעהרער פון הרב יוסף שלום אלישיב, און מ'כלומר'שט דארף עס הייסן אז ער רעדט זיך אלץ דורך מיט אים.[פֿעלט אַ מקור]
[באַאַרבעטן] ביאגראפיע
לופאליאנסקי איז געבוירן אין יאר 1951 אין חיפה. ער האט געלערנט אין דער ליטווישער ישיבה גדולה תורה אור אין קרית מאטערסדארף, ירושלים און אויך אין ישיבת הנגב אין נתיבות.
לופאליאנסקי האט געדינט אלס פאראמעדיק אין דער מיליטער. אין 1976 האט לופאליאנסקי אויפגעשטעלט "יד שרה", אן ארגאניזאציע מיט 6,000 וואלונטירן פארשפרייט איבער גאנץ ישראל וואס העלפט קראנקע און בארגט זיי מעדיציניש אויסריכטונג. פאר זיין ארבעט אין דעם פעלד האט ער באקומען עטלעכע פריזן, צווישן זיי (אום 1994) דעם ישראל פריז.
[באַאַרבעטן] פאליטיק
אורי לופאליאנסקי איז געוועלט געווארן אלס מיטגליד אין דער ירושלים שטאטראט צומערשט אום 1989. ער איז א פארטרעטער פון דער דגל התורה פארטיי, וואס לויפט אין די וואלן צוזאמען מיט אגודת ישראל אונטער דעם נאמען פאראייניגטע תורה יידישקייט.
