אבא אבן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אבא אבן

אבא אבן (2טן פעברואר 1915 - 17טן נאוועמבער 2002) איז געווען א פאפולערער ישראל דיפלאמאט, און פאליטיקער, וואס אין דער וועלט, איז ער געווארן זייער אנגענומען, דוקא אין ישראל נישט.

זיינע יינגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געבוירן געווארן אין דרום אפריקע, און ער איז געווען זייער יונג, ווען זיין פאמיליע האט זיך אריבערגעצויגן קיין ענגלאנד.

ער האט געלערנט סעמיטישע שפראכן, העברעיש, אראביש, און פערסיש.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, איז ער געווען אן אפיציר אין דער בריטישער ארמיי אין קאירא, ווי ער האט זיך באקענט מיט זיין צוקונפטיגן פרוי. אויך האט ער געשתדלנט ביי דער רעגירונג, אויפצושטעלן א יידישע בריגאדע, אין דער בריטישער ארמיי.

ער איז געווען א דעלעגאט אין די פאראייניגטע פעלקער, מיט משה שרת, און ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן, איז ער געווארן דער ערשטער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער, אויך האט ער געדינט אלס אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע שטאטן.

פאליטיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געלאפן צום כנסת אויפן מפא"י ליסטע, און אין די וואלן פון 1959, איז אריין אינעם כנסת, ער האט געדינט אלס בילדונגס מיניסטער, אין דוד בן גוריוןס עגירונג, אין 1966 איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1974, ווען ער האט רעזיגנירט, פונעם קאבינעט, נישט וועלנדיג זיין אינפאמאציע מיניסטער, אין די רעגירונג פון יצחק רבין.

איידער דער זעקס טאגיקער מלחמה איז ער געווען ביי די גרויסמאכטן ווי פראנקרייך, ענגלאנד און אמעריקע. שארל דע גאל האט אים געווארענט קעגן א מלחמה, און האט טאקע נאכן מלחמה ארויף געלייגט אן עמבארגא אויף ישראל, ער איז באוויסט געווארן, ווען ער האט געזאגט, אז די גרעניצן פון ישראל, איידער דעם פערטן אין יוני 1967, זענען אוישוויץ גרענעצן.

זיינע עלטערע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביי די וואלן פון 1988, איז ער נישט ערווילט געווארן צו א רעאליסטישע בענקל פונעם עבודה פארטיי, און זייענדיג אנטוישט האט ער פארלאזט פאליטיק, און זיך פארנומען מיט שרייבן, און זיין בוך איז געווארן פרעזענטירט אויפן טעלעוועזיע, דורך אבן, וואס דארט האט ער געהאט דערפאלג, אין יאר תשס"א איז ער באלוינט געווארן, מיטן פרעמיע פון ישראל פארן אויפטוען פארן לאנד, און פארן פאלק.

ער איז געשטארבן 17טע נאוועמבער 2002. זיין ווייב סוזי איז א שוועסטער פון חיים הערצאגס ווייב, איינע פון די ישראל פרעזידענטן, ביידע האבן זיך באקענט מיט זייערע ווייבער, זייענדיק אין קאירא, אלס אפיצירן ביי דער מלחמה, און האבן געגעסן אלס געסט ביי יידן, אויף שבת.