קאלאמביע - דער טראגישער פארלוסט

פֿון װיקיפּעדיע
דער מאנשאפט פון STS-107

קאלאמביע - דער טראגישער פארלוסט (ענגליש: Columbia - The Tragic Loss; העברעאיש: אנחנו נגיע בזמן) איז אן ישראלישער דאקומענטארער פילם אויף ענגליש און העברעאיש פון 2004 וועגן דער ישראלדיקער אסטראנויט אילן רמון, וועלכער איז אומגעקומען ביי דער קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך נפתלי גליקסבערג און איז געוויזן געווארן ביי פילע יידישע פילם פעסטיוואלן.

לאַסט ספּעציעליסט אילן רמון

דורכאויס דעם פילם רעדט רמון מיט זיינע קרובים, ווי אויך די ווייב פון אן אנדער אסטראנויט, און צו באאמטע פון NASA. ער ברענגט אויך ציטאטן פון זיין טאגבוך וואס איז געפונען צווישן די ברוכווארג.

טייל אינטערוויוער אינעם פילם, אריינגערעכנט זיין פאטער און געוויסע באאמטע, טוען שטארק קריטיקירן די נאכלעסיגקייט פון NASA צו פארפעלן נאכצוקוקן און זיכער מאכן אז זיי זענען טאקע זיכער צוריקצוקומען צו דער ערד.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]