לדלג לתוכן

רעדינג באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 51°27′32″N 0°58′19″W / 51.459°N 0.972°W / 51.459; -0.972
רעדינג
בילד

רעדינג סטאנציע פון דער לופט

לאקאלער סטאנציע נאמען: Reading
יאר געעפנט: 1840
לאקאציע: רעדינג
לאקאלער ראט: בארא פון רעדינג
פארוואלטער: נעצווערק באן
צאל פעראנען: 15
סטאנציע קאד: RDG
יערלעכע פאסאזשירן
2017-18 אראפ 16.980 מיליאן
2018-19 ארויף 17.081 מיליאן
2019-20 אראפ 16.753 מיליאן
2020-21 אראפ 2.963 מיליאן
2021-22 ארויף 8.818 מיליאן

רעדינג באן סטאנציע (ענגליש: Reading railway station) איז א הויפט טראנספארט קנופ אין רעדינג, בארקשיר, ענגלאנד. זי געפינט זיך אויפן צפון עק פון דעם שטאט־צענטער, נאענט צום הויפט פארקויף און האנדל געגנטן און דעם טייך טעמז, 58 ק״מ (36 מייל) פון לאנדאן פאדינגטאן.

רעדינג איז די ניינט־באשעפטטיגסטע סטאנציע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך אינדרויסן פון לאנדאן,[1] און די צווייט־באשעפטיגסטע איבערבייט סטאנציע אינדרויסן פון לאנדאן, מיט איבער 3.8 מיליאן פאסאזשירן וואס בייטן באנען אין דער סטאנציע אין א יאר.[2]

רעדינג איז איינע פון 19 סטאנציעס פארוואלטעט דורך נעצווערק באן. פֿיר באן אפערירן פירמעס באדינען די סטאנציע: גרויס-מערבדיקע אייזנבאן, קראסקאנטרי, דרום-מערבדיקע אייזנבאן און די עליזאבעט ליניע.[3]

די ערשטע רעדינג סטאנציע האט געעפנט דעם 30סטן מערץ 1840 ווי די צייטווייליגע סוף־סטאנציע פון דער גרויס-מערבדיגער באן (GWR), ביז מען האט פארלענגערט די ליניע קיין בריסטאל אין 1841.

אין אפריל 2014 האט נעצווערק באן איבערגענומען די פארוואלטונג פון דער סטאנציע פון ערשטע גרויס־מערבדיק.

די סטאנציע שפילט א שליסל ראלע אין באדינען די גרויס־מערבדיקער הויפטליניע, די ליניע וואס גייט ארויס מערב פון לאנדאן פאדינגטאן סטאנציע קיין רעדינג. מערב פון רעדינג סטאנציע, שפאלט זיך די ליניע אין צוויי צווייגן, וואס באדינען א רייע געמיינדעס אין מערב און דרום־מערב ענגלאנד און ווייטער קיין דרום וויילס.

די באדינונג אויף דער עליזאבעט ליניע אפערירט קיין עבי וואוד, אפשטעלנדיק רוב סטאנציעס ביז אילינג בראדוויי. זונטיג פארמיטאג און זונטיק ביינאכט פארן די באנען נאר קיין לאנדאן פאדינגטאן.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: רעדינג באן סטאנציע

באן צייטן און סטאנציע אינפארמאציע פון נאציאנאלע באן פאר רעדינג באן סטאנציע.

פריערדיקע סטאנציע   נאציאנאלע באן נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
קראסקאנטרי
בארנמוט אדער סאמהאמפטאן קיין מאנטשעסער
קראסקאנטרי
רעדינג-ניוקאסל
סוף-סטאנציע
גרויס-מערבדיקע אייזנבאן
הויפטליניע באדינונגען
רעדינג-טאנטאן ליניע
גרויס-מערבדיקע אייזנבאן
גרויס-מערבדיקע הויפטליניע
גרויס-מערבדיקע אייזנבאן
נארד דאונס ליניע
סוף-סטאנציע
דרום-מערבדיקע אייזנבאן
וואטעלו-רעדינג
סוף-סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע   ‏ עליזאבעט ליניע   פאלגנדע סטאנציע
עליזאבעט ליניעסוף-סטאנציע
  1. Steer Davies Gleave. Estimates of station usage 2013–14 (XLSX). Office of Rail and Road. דערגרייכט דעם 22סטן דעצעמבער 2014.
  2. Estimates of Station Usage 2013–14. Office of Rail and Road. דערגרייכט דעם 22סטן דעצעמבער 2014.
  3. Commercial information. Our Stations. Network Rail (‏אפריל 2014). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 10טן אפריל 2014. דערגרייכט דעם 12טן אפריל 2014.