ענדאקרינאלע סיסטעם
מראה
די ענדאקרינאַלע סיסטעם פון אן ארגאניזם איז די זאמלונג פון דריזן וואס שאפן הארמאנען גלייך אין דער צירקולאציע סיסטעם צו פירן צו א ווייטערדיקן ציל ארגאן. דאס איז אנדערש ווי די עקסאקרינאלע סיסטעם, וואס שאפט הארמאנען אין רערלעך, ווי למשל שווייס דריזן. די הארמאנען קאנטראלירן מעטאבאליזם, וואוקס און אנטוויקלונג, און געוועב פונקציע.
דאס ווארט ענדאקרינאל קומט פון גריכיש ἐνδο- ענדא- "אינערהאלב," און κρίνειν קריניין "צו שיידן".
דאס פעלד פון מעדיצין וואס באהאנדלט די ענדאקרינאלע סיסטעם ווערט גערופן ענדאקרינאלאגיע.