פארמערן סיסטעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

די פֿאַרמערן סיסטעם איז דער צוזאמענשטעל פון גלידער וואס באטייליקן אינעם רעפראדוקציע פראצעס ביי לעבעדיקע באשעפענישן.

די פארמערן סיסטעם באשטייט פון די גלידער וואס שאפן (און האלטן) די רעפראדוקציע צעלן. ביי זויגערס איז דאס די ביצים פון זכרים און דער אייערשטאק ביי נקיבות.

כדי אויסצופירן רעפראדוקציע דארפן מיטטיילן די פארמערן סיסטעם פון א זכר מיט דער פארמערן סיסטעם פון א נקיבה, דערפאר דארפן זיי געוויסע גלידער וואס ברענגען צוזאמען די זרע, די רעפראדוקציע צעלן פונעם זכר, מיט אן איי, דער רעפראדוקציע צעל פון א נקיבה. די נקיבה האט אויך גלידער וואס האלטן די זיגאטע, די פערטיליזטע איי, וואס אנטוויקלט זיך צו ווערן אן עמבריאן, און ענדלעך א ניי באשעפעניש.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פארמערן סיסטעם


מענטשלעכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימון-סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - חוש-סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - פארמערן סיסטעם - מוסקלען