לדלג לתוכן

מרדכי דוד אונגער

פֿון װיקיפּעדיע

אכטונג: יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
נישט מישן קיין פערזענליכע מיינונגען! אויב באמערקט איר נישט ריכטיגע שפראך אדער פאקטן, פילט אחריות דאס צו ענדערן.


מרדכי דוד אונגער
רבי פון באבאוו 45
געבורט כ"ה אדר תשי״ד
חסידות באבאוו
הויף ארט בארא פארק, ניו יארק
פאטער רבי יעקב יצחק אונגער מ'דאמבראוו
ווייב רבקה האלבערשטאם

רבי מרדכי דוד אונגער (געב' ה'תשי"ד) איז דער אדמו"ר פון באבאוו 45. זיין בית מדרש געפינט זיך אויף דער 45סטער גאס אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק.

רבי מרדכי דוד איז נתמנה געווארן אלס רבי דורך א גרויסע טייל באבאווע חסידים נאך דער פטירה פון זיין שווער, דער באבאווע רב ר' נפתלי צבי האלבערשטאם, וואס האט קיין זון נישט איבערגעלאזט נאר צוויי איידעמער. דער עלטערער איידעם, רבי יהושע רובין, איז געווארן אויפגענומען אלס דער רב פון די קהילה.רב.

רבי מרדכי דוד איז געבוירן געווארן אין אמעריקע, א זון פון רבי יעקב יצחק פון דאמבראוו, א זון פון רבי בן ציון אונגער פון צאנז און אן אייניקל פון רבי חיים האלבערשטאם, דער ״דברי חיים״ פון צאנז.‏[1] זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי יהושע אשר רויטבלאט, שעדליצער רבי. זייט דער פטירה פון זייער פאטער, איז זיין ברודער הרב בן ציון געווארן דאמבראווער רבי אין זייער פאטער׳ס בית המדרש אין ניו יארק.

רבי מרדכי דוד האט חתונה געהאט מיט מרת רבקה, טאכטער פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם, באבאווער רבי.

אלס קינד האט ער גערלערנט אין דער באבאווע ת"ת , און האט ארויסגעשיינט מיט א זעלטענער קלוגשאפט און חן. שפעטער איז ער געווען פון די בעסטע בחורים אין די באבאווע מתיבתא. ווען ער האט חתונה געהאט האט זיין זיידע דער באבאווער רב ר׳ שלמה זיך שטארק שטאלצירט מיט אים.

  • די ווייב פון רבי חיים ברוך האלבערשטאם (זון פון הרב בן ציון האלבערשטאם פון פאקשיווניץ, א זון פון הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם זון פונעם באבאווער רב [קדושת ציון].
  • רבי יוסף (איידעם פון הרב שמעי׳ לעוו רב פון א קהילה אין בארא פארק).
  • די ווייב פון ר' שמחה רובין (זון פון ציעשינאווער רבי)
  • ר׳ שלום (איידעם פון אלעקסאנדער רבי׳ן פון בארא פארק).
  • ר׳ חיים בן ציון (איידעם פון ר׳ יצחק טוביה רובין א זון פון ציעשינאווער רבי׳ן).
  • די ווייב פון ר׳ יעקב יצחק שטערנבוך (זון פון ר׳ אשר שטערנבוך דיין פון מחזיקי הדת, אנטווערפן, זון פונעם ראב״ד רבי אליהו שטערנבוך).
  • ר׳ יחזקאל, איידעם פון רבי אלטער אליעזר הורוויץ פון סאטמאר.
  • מרת גיטל, ווייב פון ר' מנחם נחום הורוויץ (זון פון ר' ברוך הורוויץ זון פון ר' יעקב פון מעליץ זון פון ר' ברוך פון מעליץ-ליז'ענסק)
  • די ווייב פון ר' שמחה וואזנער זון פון ר' מרדכי זאב הלוי וואזנער, רב פון קהל מחזה אברהם אין ניו יארק
  • ר' משה יהושע אשר, איידעם פון ר' משה מנחם ווייס דומ"צ סאטמאר מהר"א לאנדאן
  • מרת ליפשא, ווייב פון ר' אשר מנחם אייכנשטיין, זון פון רבי פנחס שלום אייכנשטיין אב”ד חודרוב, זון פון זידיטשויבער רבי פון שיקאגא
  • מרת חנה דבורה, ווייב פון הרב אלימלך, זון פון רבי מאיר יצחק הורוויץ אב”ד ‘משיב כהלכה לינסק’.
  1. זיין עלטער־זיידע, רבי מרדכי דוד אונגער פון דאמבראווא, האט געהייראט די אייניקל פונעם "דברי חיים"
פֿריערדיגער:
רבי נפתלי צבי האלבערשטאם
אדמור"י באבאוו
תשס"ה -
נאָכפֿאלגער:
היינטיגער