מייקל סעוועזש
געבורט |
31 מערץ 1942 (אלט 82) בראנקס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
michaelsavage | |
מייקל סעוועזש געבוירן מיט זיין אידישען נאמען מיכאל אלען וויינער האט א דאקטאר טיטל. ער איז א טאלק שוי האוסט נאציאנאל סינדיקירט דורכאויס אמעריקע.
א רעכטער קאנסערוועטיוו געשטימט. וואס ער איז אמאל געווען א לינקער קאמוניסט און האט איינגעזעהן זייער לעכערליכקייט לויט אים, אבער גייט נישט מיט די פארטייען קיינמאל, און שעלט יעדן איינעם אייניג.
ער איז דער דריטער גרעסטער אין אוידיענס נאך ראש לימבאו און זשאן הענעטי, זיין פּראָגראַם ווערט געשפילט אויף איבער 350 ראַדיאָ סטאנציעס איבער די פאַרייניקטע שטאַטן מיט איבער 8 מיליאָן צוהערערס,.
שרייט און רעגט זיך פאר לאנגע צייט אפשניטען אן נעמען קאלס אויף אלע און אלעם אויף די וועלט פון וואס ער האט געגעסן ביז וואס ער האט געטראכט.
ער האט געהאט א קורצער צייט א טעלעוויזיע שוי אויף ען.בי.סי. אבער צוליב זיין אויסגעשפראכענקייט קעגן געיז וואס ער האט געזאגט אז מען דארף זיי הארגענען על פי תורה האט ער דאס פארלוירן. דאס מאכט טאקע זיינע רעיטינגס הויך.
ער האט געשטיצט דאנאלד טראמפ און די פרעזידענטליכע וואלן פון 2016 אבער ער האט קלאר מסביר געווען אז דאס מיינט נישט אז ער גייט אים שטיצן מיט אלעם מיט צוגעמאכטע אויגן צום ביישפיל ער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן טייל פון די קאנדידאטן וואס טראמפ האט נאמינארט פאר זיין אדמיניסטראציע
שמועס פראגראם גאסטגעבערס |
פאליטיש רעכט: טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | ביל אריילי | ראש לימבא | שאן הענעטי | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו | בען שפירא פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען פארוויילונג אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק |