בען שפירא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בנימין אהרן "בען" שאפּיראָ (געבוירן דעם 15טן יאנואר 1984) איז אַן אמעריקאנער צדיק אין פּעלץ, קאנסערוואטיווער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, שרייַבער און אַדוואָקאַט. ער האט געשריבן זיבן ביכער, דאס ערשטע אין יאר 2004 "ברעינוואַשט: ווי אוניווערסיטעטן אינדאקטרינירן אַמעריקעס יוגנט"; שאַפּיראָ האט אנגעהויבן שרייבן דאס בוך אין עלטער פון 17. שאַפּיראָ דינט אלס רעדאַקטאָר פֿאַר די "דעילי ווייער" וואָס ער האט זעלבסט געגרינדעט, און ער פירט אן מיט'ן "בען שאַפּיראָ שוי", אַ טעגליכער פּאָליטישער פּאָדקאַסט און ראַדיאָ שוי. ער איז געווען אַ רעדאַקטאָר פון ברייטבארט נייעס צווישן 2012 און 2016.

פריער לעבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ איז געבוירן אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. זיין משפּחה איז איִדיש און האבן עמיגרירט פון רוסלאַנד און ליטע. שאַפּיראָ האט אנטוויקלט טאלאנט אין פֿידל שפילן און פּיאַנע בייַ אַ יונגן עלטער. שאַפּיראָס עלטערן האבן ביידע געארבעט אין האליוואד. זיין מוטער האט געארבעט אלס אַ עקזעקיוטיוו פון אַ טעלעוויזיע פירמע און זייַן פאטער אלס אַ קאָמפּאָזיטאָר. שאַפּיראָס קוזינע איז אמעריקאנער שרייַבער און געוועזענע קינד אַקטריסע מאַראַ ווילסאָן.

איבערהיפנדיג צוויי כיתות (דריטע און נייַנטע), איז שאַפּיראָ געגאנגען פון וואַלטער ריעד מיטל שולע צו ישיבה אוניווערסיטעט הויכשולע פון לאס אנדזשעלעס אוואו ער האט גראַדואירט אין 2000 אין עלטער פון 16.

מיינונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פּאָליטישע אידעאָלאָגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ רעדנדיג ביי די 2018 סי-פּאַק אין נעשאנעל הארבאר, מערילענד

שאַפּיראָ ווערט פאררעכנט אלס "רעכט-פליגל'דיגער". שאַפּיראָס מיינונגען ווערן דעסקריבירט דורך די ניו יארק טיימס ווי "גאָר קאנסערוואטיוו". אבער שאַפּיראָ זעלבסט אין אַ 2016 אינטערוויו מיט דעיוו רובין, דעסקריבירט זיך ווי "מער ווייניגער אַ ליבערטעריען". ער באשולדיגט הייַנט-צייַטיגע ליבעראלן אויף שאפן אַ אויסגעטראַכטע "הירארכיע פון וויקטימהוד". אין זיין ביכל קאכט ער ארום, אז די לינקע נוצן זייער דאַמינאנץ אויף סינעמאַ און טעלעוויזיע צו שטופּן זייַער פארשטינקענע אַגענדע.

ישראל–פּאַלעסטינישער געראַנגל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ איז א שטארקער ציוניסט, און האט שוין געלאזט פאלן ארויסזאגן ווי "די איזראעליס גלייכן צו בויען. אַראַבער גלייכן צו באָמבען באָבקעס און לעבן אין אפענע אָפּגאַנג".

אַבאָרציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ שטיצט אַ פולקאמע פאַרבאָט אויף הרגענען נאכנישט-געבוירענע קינדער - "אַבאָרטאציע", אַרייַנגערעכנט אין פאלן פון פאַרגוואַלדיגונגען.

2016 וואלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ האט געשטיצט טעד קרוז אין די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן און אפן אפגעווארפן דאָנאַלד טראַמפּס קאַנדידאַטור. שאַפּיראָ האט געלאזט פאלן אַז די וואַלן פון דאָנאַלד טראַמפּ איז ליבערשט געווען א שטימע קעגן די ליבעראַלן, און הילערי קלינטאן בפרט, ווי איידער אַ שטימע אין שטיצע פון טראַמפּס סאָרט פון קאַנסערוואַטיזם.

LGBT רעכטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ באקעמפט טראנסזשענדעריזם. ער האט באשריבן טראַנסגענדער ווי אַ גייַסטיגע דיסאָרדער קראנקהייט.

ציל פון אַנטיסעמיטיזם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נאָכן פארלאזן ברייטבארט נייעס איז שאַפּיראָ געווארן אַ אָפטע ציל פון אַנטיסעמיטישע רעטאריק פון די אַלט-רעכט. לויט אַ 2016 אַנאַליז דורך די אַנטי-דעפעמעישאַן ליגע, איז שאַפּיראָ, צווישן דזשורנאליסטן, געווען די מערסט אפטע ציל פון אַנטיסעמיטישע טוויטס.

פערזענליכע לעבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שאַפּיראָ האט דריי שוועסטער. אין 2008, האט ער חתונה געהאט מיט מור טאָלעדאַנאָ, אַ ישראלישע פון מאַראָקאנער אַפּשטאם ווען ער איז געווען 24 יאר אַלט און זי איז געווען 20 יאָר אַלט. זייַן פרוי איז אַ מעדיצינישע דאָקטער. צוזאַמען האָבן זיי אַ טאָכטער, געבוירן אין 2014, און אַ זון, געבוירן אין 2016. שאפירא מיט זיין פרוי פראקטיצירן מיט שטאלץ ארטאדאקסישע אידישקייט.


שמועס פראגראם גאסטגעבערס

פאליטיש רעכט: טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | ביל אריילי | ראש לימבא | שאן הענעטי | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו | בען שפירא

פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען

פארוויילונג אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס

ספארט: מייק ענד די מעד דאק |

שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח

מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל

רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק