לדלג לתוכן

כעמישע סובסטאנץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון כעמיקאלן)
וואסער און פארע זענען צוויי פארשידענארטיקע פארמען פון דער זעלבער כעמישער סובסטאנץ.

א כעמישע סובסטאנץ איז א סובסטאנץ מיט א קלארער דעפינירטער כעמישער קאמפאזיציע.

דאס איז א קאנצעפט וועלכע איז געווארן פעסט אנטוויקלט אין דעם שפעטן 17טן יארהונדערט נאך ארבעט דורך דעם כעמיקער זשאסעף פרוסט אויף דער קאמפאזיציע פון אפאר לויטערע כעמישע פארבינדונגען אזוי ווי בעסיק קופער קארבאנעיט.[1]

ער איז געקומען צו דער מסקנא: "אז אלע דוגמות פון א פארבינדונג האבן די זעלביגע קאמפאזיציעס; דאס הייסט, אלע דוגמאות האבן די זעלבע פראפארציעס, אין מאסע, פון די עלעמענטן וואס זענען אנוועזענד אין דער פֿארבינדונג". דאס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס די געזעץ פון נאכאנאנדיג קאמפאזיציע.[2]

שפעטער מיט דער פארגעשריטענקייט פון מעטאדען פאר כעמישער סינטעז ספעציל אין דעם פעלד פון ארגאנישע כעמיע; די ערפינדונג פון אסאך מער כעמיקאלע עלעמענטן און נייע טעכניקן אין דעם פעלד פון אנאליטישע כעמיע גענוצט פאר איזאלירונג און אויסלויטערונג פון עלעמענטן און קאפאונדס פון כעמיקאלן וואס האט געפירט צו די מאדערנע כעמיע.

דאס זענען די בעסיק און אונטערשטע סובסטאנצן וועלכע מאכן אלעס וואס מיר זעען אלס אביעקטן (פליסיג אדער הארט) און קענען נישט געטוישט ווערן צו אנדערע סובסטאנצן דורך מעכאנישע מעטאדן.

א לויטערע כעמישע סובסטאנץ קען נישט ווערן צעטיילט אין צו צוויי אנדערע סובסטאנצן דורך א פראצעס וואס טוט נישט אריינעמען א עפעס א כעמישע רעאקציע און עס געפינט זיך זייער נישט אפט אין נאטור.

טייל טיפישע כעמישע סובסטאנצן קענען זיין בריליאנט, גאלד, זאלץ, נאטריום און צוקער.

אין אלגעמיין טוען די כעמישע סובסטאנצן עקזיסטירן אין פארעם פון הארט, פליסיג און גאז און קען זיך טוישן צווישן די פאזעס דורך טעמפעראטור אדער דרוק.

די מערסטע גענוצטע ביישפיל פון א כעמישער סובסטאנץ איז לויטער פליסיג וואסער. וואסער איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי כעמיקאלן וועלכע רופן זיך הידראגען און אקסיגען. די צוזאמענשטעל פון צוויי טראפנס הידראגען און איין טראפן אקסיגען איז דער רעזוטאלט פון וואסער. נישט קיין חילוק צו דאס איז איזאלירט פון א ים צו אין א לאבאראטאריע האט דאס די זעלבער צוזאמשטעל פון אייגנשאפטן און דאס זעלבע פארהעלטעניש פון די הידראגען צום אקסיגען.

נישט די הידראגען און נישט די אקסיגען קענען מעכאניש געטוישט ווערן צו סיי וועלכע אנדערע כעמיקאל אבער אויב מען וועט זיי מישן אנדערש וועלן זיי פארמירן עפעס אנדערש וועלכע איז נישט וואסער.

אין אנדערע ווערטער איז טייטש, אז מען קען נעמען וואסער און דאס מאכן אויס וואסער ווייל וואסער זעלבסט איז נישט קיין כעמיקאל. אבער מען קען נישט טוישן די סובטאנצן זעלבסט צו עפעס אנדערש ווייל זיי זענען ריינע כעמיקאלן.

כעמיקאלן זעלבסט זענען צוזאמענגעשטעלט פון מיליאנען פיצעלע אטאמען וועלכע זענען ווייטער צוזאמענגעשטעלט פון דריי עלעמענטן: עלעקטראנען, פראטאנען, און נייטראנען.

מען איז געוואוינט צו רופן א זאך א כעמישע סובסטאנץ ווען זי האט א באשטימטע כעמישע קאמפאזיציע.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כעמישער עלעמענט

א כעמישער עלעמענט איז א כעמישע סובסטאנץ וואס איז צאמעגשטעלט און געמאכט פון א געוויסער מין פון די אטאם און דעריבער קען דאס נישט ווערן מער צעטיילט אויף קלענערע באשטאנדטיילן אדער טראנספארמירט דורך א כעמישער רעאקציע אין צו א אנדערער עלעמענט, כאטשיג דאס קען יא ווערן טראנסמיוטירט אין צו אן אנדער עלעמענט דורך א יאדערישער רעאקציע. דאס איז דערפאר ווייל אלע פון די אטאמען אין א מוסטער פון אן עלעמענט האבן די זעלבע צאל און נומער פון פראטאנען, כאטשיג זיי קענען זיין אנדערע איזאטאפן, מיט אנדערע נומערן פון נייטראנען.

דורכאויס די יארן האבן וויסנשאפטלערס און פיזיקערס אויסגעשטעלט א ליסטע פון 120 באקאנטע עלמענטן, בערך 80 וואס זענען סטאביל. ד.ה. רוב פון זיי זענען סטאביל וואס טייטש אז זיי קענען קיינמאל נישט בארירט ווערן זאל זיין וואס זאל זיין אפילו נישט דורך ראדיאאקטיוון צעפאל אין צו אן אנדער עלעמענט. געוויסע כעמיקאלן זענען נישט סטאביל און קענען אויסוועפן וואס אין דעם פראצעס וועט זיך דאס ענדיגן אלס א צווייטן כעמיקאל וועלכע איז באמת די זעלבע צוזאמענשטעל נאר וויבאלד עפעס פעלט איז עס מער נישט די זעלבע זאך און באקומט א נייע נאמען אין דעם זענען אריינגערעכט אקסיגען מיט אזאן.

די אומסטאבילע כעמיקאלן זענען די קאמפאנענטן פון אלע סארט אויפרייס שטאף. רוב פון די אומסטאבילע כעמיקאלן וועפן אויס דורך די היץ פון פייער אדער דורך זיך מישן מיט אנדערע כעמיקאלן. איינמאל אזא זאך פאסירט וועקן זיך אויף די עלעקטראנען (די איינציגסטע טייל פון יעדע אטאם וועלכע פארמאגט אין זיך ענערגיע) און מאכן דעם טויש זייער שנעל און דערפאר פאסירט אן אויפרייס.

רוב עלעמענטס זענען קלאסיפיצירט ווי מעטאלן, דאס זענען די דאזיגע וואס האבן די כארעקטעריסטיק פון לאסטער, אזעלכע עלמענטן ווי אייזן, קופער, און גאלד. מעטאלן טוען טיפיש אריבערפירן עלעקטריציטעט און הייצן אויף זאכן זייער גוט און שנעל.

  1. Hill, J. W.; Petrucci, R. H.; McCreary, T. W.; Perry, S. S. General Chemistry, 4th ed., p37, Pearson Prentice Hall, Upper Saddle River, ניו זשערסי, 2005.
  2. http://dbhs.wvusd.k12.ca.us/webdocs/AtomicStructure/LawofDefiniteProportion.html