ארגאנישע כעמיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ארגאַנישע כעמיע איז די שטודיע פון כעמישע פארבינדונגען וואס אנטהאלטן קוילנשטאף. קוילנשטאף האט די מעגלעכקייט צו שאפן א כעמישן בונד מיט אן אויסקלייב פון כעמישע עלעמענטן און מיט אנדערע קוילנשטאף אטאמען. אזוי זענען מעגלעך אן א שיעור פארבינדונגען. מען רופט די שטודיע פון קוילנשטאף קאמפאזיטן "ארגאנישע כעמיע" ווייל כמעט אלע ארגאניזמען אדער לעבעדיגע זאכן, זענען צונויפגעשטעלט פון וואסער און קוילנשטאף פארבינדונגען.

עטלעכע שטחים פון כעמיע פארברייטערן די באגריפן און פרינציפן פון ארגאנישער כעמיע, צווישן זיי ביאכעמיע, מיקראביאלאגיע און מעדיצין.