פעריאדישע טאבעלע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

די פעריאדישע טאבעלע פון די כעמישע עלעמענטן איז א טאבעלירטע מעטאדע צו ווײַזן די כעמישע עלעמענטן. זי איז ערפֿינדן פונעם רוסישן כעמיקער דמיטרי מענדלעעוו אום 1869. מענדלעעוו האט געהאט אינזינען אז די טאבעלע וועט ווײַזן אז דער סדר פון די עלעמענטן האט א גאנג וואס חזרט זיך איבער ("פעריאדיש"). במשך די יארן האט מען פארברייטערט דעם אויסלייג פון דער טאבעלע, ווען מען האט אנטפלעקט נייע עלעמענטן.[1]

די טאבעלע ווערט ברייט אנגעווענדט אין כעמיע, פיזיק, ביאלאגיע און אינזשעניריע, ספעציעל כעמישע אינזשעניריע. די סטאנדארטע טאבעלע אנטהאלט 117 עלעמענטן (מערץ, 2009)—עלעמענטן 1-116 און עלעמענט 118.

די רייעס פון דער טאבעלע רופט מען פעריאדן; די זיילן רופט מען גרופעס. זעקס גרופעס (זיילן) האבן אויך נעמען אויך נומערן: צום ביישפיל, גרופע 17 עלעמענטן זענען די האלאגענס; און גרופע 18, די איידעלע גאזן. פון דער פעריאדישער טאבעלע קען מען ארויסדרינגען פארהעלטענישן צווישן די אייגנשאפטן פון די עלעמענטן, און מען קען פֿאראויסזאגן די אייגנשאפטן פון נייע עלעמענט וואס מען האט נאך נישט אנטפלעקט. די פעריאדישע טאבעלע איז א ניצבארער ראם צו אנאליזירן כעמישע אויפפירונג און איז ברייט באניצט אין כעמיע און אנדערע וויסנשאפטן.

אנדערע כעמיקער אחוץ מענדלעעוו האבן פארגעשטעלט פארשידענע טאבעלעס פון די כעמישע עלעמענטן, אבער מענדעלעעוו׳ס איז געווען די מערסט געלונגענע. אריגינעל האט ער אריינגעלייגט די עלעמענטן לויטן סדר פון זייער אטאמישן געוויכט, אבער היינט איז די טאבעלע אויסגעלייגט לויטן אטאמישן נומער. דער גרויסער דערפאלג פון מענדעלעעוו׳ס טאבעלע איז געווען פאראויסזאגן די עלעמענטן סקאנדיום, גאליום און גערמאניום, וואס מען האט נישט געוואוסט פון זיי ווען ער האט געשאפן זיין טאבעלע, אבער שפעטער האט מען זיי אנטפלעקט גענוי אין די פעלנדע פלעצער אין דער טאבעלע.


גרופע ← 18 17 16 15 14 13 12 11 10 9 8 7 6 5 4 3 2 1
פעריאד
1 2
He

1
H
2 10
Ne
9
F
8
O
7
N
6
C
5
B

4
Be
3
Li
3 18
Ar
17
Cl
16
S
15
P
14
Si
13
Al

12
Mg
11
Na
4 36
Kr
35
Br
34
Se
33
As
32
Ge
31
Ga
30
Zn
29
Cu
28
Ni
27
Co
26
Fe
25
Mn
24
Cr
23
V
22
Ti
21
Sc
20
Ca
19
K
5 54
Xe
53
I
52
Te
51
Sb
50
Sn
49
In
48
Cd
47
Ag
46
Pd
45
Rh
44
Ru
43
Tc
42
Mo
41
Nb
40
Zr
39
Y
38
Sr
37
Rb
6 86
Rn
85
At
84
Po
83
Bi
82
Pb
81
Tl
80
Hg
79
Au
78
Pt
77
Ir
76
Os
75
Re
74
W
73
Ta
72
Hf
* 56
Ba
55
Cs
7 118
Uuo
117
Uus
116
Lv
115
Uup
114
Fl
113
Uut
112
Cn
111
Rg
110
Ds
109
Mt
108
Hs
107
Bh
106
Sg
105
Db
104
Rf
** 88
Ra
87
Fr

* לאנטאנידן: 71
Lu
70
Yb
69
Tm
68
Er
67
Ho
66
Dy
65
Tb
64
Gd
63
Eu
62
Sm
61
Pm
60
Nd
59
Pr
58
Ce
57
La

** אקטינידן: 103
Lr
102
No
101
Md
100
Fm
99
Es
98
Cf
97
Bk
96
Cm
95
Am
94
Pu
93
Np
92
U
91
Pa
90
Th
89
Ac

עלעמענט קאטעגאריעס אין דער פעריאדישער טאבעלע

מעטאלן האלבמעטאלן נישט-מעטאלן אומבאקאנט
אלקאלי מעטאלן אלקאלי ערד מעטאלן אינעווייניגסטע איבערגאנג עלעמענטן איבערגאנג עלעמענטן אנדערע מעטאלן אנדערע נישט-מעטאלן האלאגענס איידעלע גאזן
לאנטאנידן אקטינידן
די פֿארבן פון די אטאם נומערן ווײַזן דעם צושטאנד ביי נארמאלע טעמפעראטור (0º) און דריק:
בלוי - פליסיקייטן ; גרין - גאזן, שווארץ - סאלידן.
רויט - עלעמענטן וואס מען געפינט נישט אין נאטור, נאר געמאכט.

יעדער כעמישער עלעמענט האט א באזונדערע אטאם-נומער (Z) וואס רעפרעזענטירט די צאל פראטאנען אין זיין קערן. רוב עלעמענטן האבן פֿארשיידענע צאלן נייטראנען צווישן פֿארשיידענע אטאמען, און די וואריאנטן ווערן גערופן איזאטאפן. צום ביישפיל, קוילנשטאף האט דריי נאטירלעכע איזאטאפן: אלע זיינע אטאמען האבן זעקס פראטאנען און כמעט אלע האבן אויך זעקס נייטראנען, אבער אומעגעפער איין פראצענט האבן זיבן נייטראנען, און גאר א קליינע צאל האבן אכט נייטראנען. מען צעטיילט נישט איזאטאפן אין דער פעריאדישער טאבעלע; זיי ווערן שטענדיג געזאמלט צוזאמען אונטער איין עלעמענט. עלעמנעטן וואס האבן נישט קיין סטאבילע איזאטאפן האבן די אטאם־מאסעס פון זייערע מערסט סטאבילע איזאטאפן געשריבן איינגעקלאמערט.

אין דער סטאנדארטער פעריאדישער טאבעלע באשיינען די עלעמענטן לויטן סדר פון אטאם־נומער (די צאל פראטאנען אינעם קערן פון אן אטאם) ארויף. א נייע רייע (פעריאד) הייבט אן ווען א נייע עלעקטראן־שאָל האט זיין ערשטן עלעקטראן. זיילן (גרופעס) ווערן באשטימט דורך דער עלעקטראן קאנפֿיגוראציע פונעם אטאם; עלעמענטן מיט דער זעלבער צאָל עלעקטראן אין א געוויסן אונטער־שאל ליגן אין די זעלבע זיילן (למשל וואסערשטאף און סעלעניום באווייזן זיך אינעם זעלבן זייל ווייל זיי האבן ביידע פֿיר עלעקטראנען אינעם דרויסנדיקן p-אונטערשאָל). עלעמענטן מיט ענלעכע כעמישע אייגנשאפֿטן ליגן געוויינטלעך אין דער זעלבער גרופע אין דער פעריאדישער טאבעלע, אויבוואויל אינעם f-בלאק, און אמאל אויך אינעם d-בלאק, האבן אויך עלעמענטן אינעם זעלבן פעריאד ענלעכע אייגנשאפֿטן. אזוי איז פארהעלטנמעסיק גאנץ גרינג פאראויסזאגן די כעמישע אייגנשאפטן פון אן עלעמענט אז מען ווייסט שוין די אייגנשאפטן פון די ארומיגע עלעמענטן.[2]

היינט (2016) האט די פעריאדישע טאבעלע 118 באשטימטע עלעמענטן, פון עלעמענט 1 (וואסערשטאף) ביז 118 (אונונאקטיום). די עלעמענטן 113, 115, 117 און 118 האט דער אינטערנאציאנאלער פֿאריין פון ריינער און אנגעווענדעטע כעמיע (IUPAC) האט אפיציעל באשטעטיקט אין דעצעמבער 2015. זייערע פארגעשלאגענע נעמען, ניהאניום (Nh), מאסקאוויום (Mc), טענעסין (Ts) און אגאַנעסאן (Og) האט IUPAC געמאלדן אין יוני 2016.‏[3][4] מען וועט נישט אפראבירן פֿארמעל ביז נאך א תקופה פון פינעף חדשים פאר הערות וואס לאזט אויס אין נאוועמבער 2016.‏[5] ביז דעמאלסט זענען זיי באקאנט מיט זייער אטאמישן נומער (למשל "עלעמענט 113"), אדער מיט זייער פראוויזארישן סיסטעמאטישן נאמען ("אונאונטריום", סימבאל "Uut").

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]