חנוכה ליכט
שבע מצוות דרבנן | |
הלל • מגילת אסתר • חנוכה ליכט • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכות • עירובין |
אנצינדן די חנוכה ליכט אדער חנוכה לאמפ איז די הויפט מצווה פון חנוכה. מען צינדט די ליכט יעדע נאכט פון חנוכה (פון דער נאכט נאך כ"ד כסלו) נאך דער שקיעה (אחוץ ערב שבת ווען מען דארף צינדן פאר דער שקיעה). מען קען יוצא זיין מיט באזונדערע ליכט, אבער דער מנהג איז אז מען ניצט א מנורה, אפטמאל א זילבערן.
די עיקר תקנה איז געווען צינדן יעדע נאכט איין ליכטל אין יעדן הויז, און מיט דעם האט דאס גאנצע הויזגעזינד יוצא געווען. נאר די מהדרין צינדן איין ליכטל פאר יעדעם איינעם, און די מהדרין מן המהדרין צינדן נאך א ליכטל יעדע נאכט (ד"ה איין ליכטל די ערשטע נאכט, צוויי די צווייטע נאכט, אא"וו). היינט איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל אז מען צינדט ווי די מהדרין מן המהדרין. ביי אשכנזים פירט מען זיך אז יעדער איינער,אויך קינדער, האט זיין אייגענע מנורה. ביי ספרדים איז דער מנהג אז נאר דער בעל הבית צינדט און ער איז מוציא זיין גאנצע משפחה.
די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט איז פון ווען עס גייט אונטער די זון, ביז מענטשן הערן זיך אויף דרייען אין דער גאס (משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק), ווייל נאכדעם איז שוין נישט דא קיין פרסומי ניסא. דער עיקר מצוה איז אנצוצינדן יעדן טאג איין ליכטל, אבער כדי צו מאכן א צווישענשייד צווישן די טעג האלטן די בית שמאי אז מען צינד אן דעם ערשטן טעג אכט ליכט דעם צווייטן טאג זיבן דעם דריטן טעג זעקס ביז צום לעצטן טאג צינד מען איינס, די בית הלל האלטן פארקערט דעם ערשטען טאג איינס דעם צווייטן טעג צוויי, דעם לעצטן טאג אלע אכט ליכטלעך.
צינדן חנוכה ליכט איז איינע פון די שבע מצוות דרבנן, די זיבן מצוות וואס חז"ל האבן איינגעפירט ביי יידן.
אין שטוב
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער בעל הבית צינד אן פאר אלע שטוב מענטשן, מען לייגט אריין שמן זית עס זאל קענען ברענען א האלבע שעה, מען פירט זיך בדרך כלל אז מען שטעלט די מנורה קעגן איבער דער מזוזה כדי עס זאל זיין די ליכט אויף דער לינקער זייט און די מזוזה אויף דער רעכטער זייט (של"ה), חוץ אויב מען וואוינט אויף א שטאק האבן א טייל דעם מנהג לייגט מען עס ביים פענסטער וואס מען קען פון דארט זעהן די גאס, אויב האט מען מורא פון גוים אדער פון א סכנה איז גענוג עס צו לייגן אויפן טיש אין הויז, אין ארץ ישראל פירן זיך אסאך אז מען לייגט עס אין א גלאזערנעם קאסטן אויף דער גאס פאר פרסומי ניסא.
מען טאר זיך נישט באניצן מיט די ליכט פאר אן אנדער זאך עס איז בלויז פאר זען די ליכט, דעריבער לייגט מען צו צו יעדער מנורה נאך א ליכט וואס דאס הייסט א שמש, וואס דערמיט באניצט מען זיך פאר אנדערע זאכן ווי למשל פאר אנצינדן די חנוכה ליכט, דער מהרי"ל האט דאס שמש ליכט געלייגט העכער פון דער גאנצער מנורה.
דעם ערשטן נאכט מאכט מען דריי ברכות. להלדיק, שעשה נסים, שהחיינו, די אנדערע טעג מאכט מען בלויז צוויי: להדליק און שעשה נסים. דער נוסח פון די ברכה איז להדליק נר חנוכה, עס איז אנדערש ווי דער נוסח פון ליכט צינדן שבת להדליק נר "של" שבת, ווייל די ליכט פון חנוכה טאר מען זיך דערמיט נישט באניצן עס איז בלויז פאר די מצוה פון חנוכה דאס הייסט להדליק נר חנכה דאס איז ליכט פון חנוכה, אבער די ליכט פון שבת איז דירעקט געמאכט עס זאל זיין ליכטיג אין שטוב מען זאל זיך יא דערמיט באנוצען דעריבער מאכט מען "של" שבת דאס איז ליכט פאר שבת (ברכי יוסף להחיד"א).
דאָס זאָגט מען ווען מען צינדט אָן די ליכט: (דער אריגינעלער נוסח שטייט אין מסכת סופרים[1] און עס ווערט דערמאנט אין רא"ש (מסכת שבת פ"ב):
- הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ אָֽנוּ מַדְלִיקִין.
- עַל הַנִּסִּים וְעַל הַתְּשׁוּעוֹת וְעַל הַנִּפְלָאוֹת וְעַל הַנֶּחָמוֹת.
- שֶׁעָשִיתָ לַאֲבוֹתֵינוּ. בַּיָּמִים הָהֵם. בַּזְּמַן הַזֶּה.
- עַל יְדֵי כֹּהֲנֶיךָ הַקְּדוֹשִׁים.
- וְכָל־שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה. הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ קֹֽדֶשׁ הֵן.
- וְאֵין לָנוּ רְשׁוּת לְהִשְׁתַּמֵּשׁ בָּהֵן. אֶלָּא לִרְאוֹתָן בִּלְבַּד.
- כְּדֵי לְהוֹדוֹת לִשְׁמֶךָ עַל נִסֶּיךָ וְעַל יְשֽׁוּעָתֶךָ וְעַל נִפְלְאוֹתֶיךָ׃
ס'איז א פארשפרייטער מנהג צו זינגען דעם פיוט "מעוז צור".
ערב שבת
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פרייטאג דארף מען צינדן חנוכה ליכט פרי, ווייל שבת טאר מען נישט אנצינדן א ליכט. א סאך האבן א מנהג צו דאווענען מנחה פריער כדי זיי זאלן נאך קענען אנצינדן די חנוכה ליכט נאך מנחה. מען מעג צינדן די חנוכה ליכט פון פלג המנחה. די שבת ליכט צינדט די פרוי נאכדעם וואס מען האט געצינדן חנוכה ליכט. אזוי ווי מען צינדט די חנוכה ליכט פארן ריכטיגן זמן, דארף מען האבן גענוג בוימל (אדער גרויסע ליכטלעך) כדי זיי זאלן ברענען א האלבע שעה נאך דער שקיעה (אדער נאך נאכט, יעדער איינער לויט זיין מנהג).
אין שול
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ס'איז אן אלטער מנהג צו צינדן חנוכה ליכט (מיט די ברכות) אין דער שול יעדן אוונט פאר מעריב; מען שטעלט די מנורה אין דער דרום זייט, זכר למקדש.[2] ערב שבת צינדט מען פאר שבת, און שבתע־נאכט צינדט מען ביים סוף פון מעריב נאך קדיש תתקבל.
ווען מען צינדט אין דער שול לייגט מען די מנורה פון צפון אויף דרום. אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין (מהרי"ל) זאל מען אנהייבן צינדן פון דער לינקער זייט.
מען צינדט אויך בייטאג אבער אהן א ברכה.
ס'איז פאראן א מנהג צו מאכן פרייליך מיט דעם וואס צינדט אהן די מנורה, מען ווארפט שניי אדער פאפירן און האנטוכער וכדומה, דער טעם איז צו ווייזן אז מ'איז נישט יוצא מיט דעם צינדן.
ביי חסידים איז אנגענומען אז עס איז א סגולה אויף ישועות ורפואות.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.