וועגעטאריאניזם
וועגעטאריאניזם איז א דיעטע פון זיך פארמיידן צו עסן יעדע זאך וואס האט אמאל געלעבט ווי פלייש, עוף און פיש.
מען עסט נאר זאכן וואס וואקסן ווי פרוכט און ירקות, אדער אייער און מילכיגס.
פארהאן מענטשן וואס טוען דאס צוליב טעמים פון רעליגיע, רפואה און איבערהויפט אידאלאגיע.
וועגאנער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועגענארישע פארמיידן זיך אויך פון עסן אייער, האניק און מילך פראדוקטן די מער עקסטרעמע האלטן אפילו זיך אפ פון נוצן יעדע זאך וואס קומט פון א באשעפעניש ווי מאנטלען פון פעל אדער שיך געמאכט פון לעדער.
ווירקונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די הויפט זאך וואס די דאזיגע מענטשן, ספעציעל וועגאנער, דארפן זיין געווארנט איז צו עסן גענוג געוויקסן וואס האבן אסאך פראטעין אין זיך ווי אלע סארטן ניסלעךאון סויע בונדלעך, צו ערזעצן די פארלוסט וואס געווענליכע מענטשן נעמען דאס פון פלייש, פיש, אייער און מילכיגס.
דער באַרימטער שרַײבער יצחק באשעוויס זינגער איז געװען אַ װעגעטאַריער.