וואוליטש באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 51°29′31″N 0°04′19″E / 51.492°N 0.072°E / 51.492; 0.072
וואוליטש קרייצבאן
בילד

וואוליטש סטאנציע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון וואוליטש אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Woolwich
יאר געעפנט: 2022
לאקאציע: וואוליטש
בארא: קעניגלעכע בארא פון גריניטש
פארוואלטער: קרייצבאן
צאל פעראנען: 2
סטאנציע קאד: WWC
טראוולקארטע זאנע: זאנע 4

וואוליטש (ענגליש: Woolwich) איז א קרייצבאן סטאנציע אין וואוליטש, מזרח לאנדאן, וואס האט געעפנט אום 24סטן מיי 2022,[1][2] מיט ביז 12 באנען א שעה קיין קאנערי ווארף און צענטראל לאנדאן.[1]

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואוליטש באן סטאנציע איז געבויט געווארן דורך קרייצבן ווי א טייל פונעם קרייצבאן (עליזאבעט ליניע) באן פראיעקט. קרייצבאן איז אונטערגעשריבן דורכן דעפארטמענט פאר טראנספארט (DfT) און טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) צוזאמען.[3]

לאקאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען האט געבויט די סטאנציע אויפן דרום־מזרח טייל (דעם עבי וואוד צווייג) פון דער עליזאבעט ליניע פון דער קרייצבאן רוטע; וואוליטש איז דער לעצטע סטאנציע פאר דער סוף־סטאנציע.

דאס סטאנציע־קעסטל איז לאנג 276 מ (906 פיס) און 14מ (46 פיס) אונטער דער ערד, און ליגט אונטער א הויפט באוואוינונג אנטוויקלונג ארט.

מאפע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


באדינונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיטן עפֿענען פֿון דער נייער סטאַנציע איז פֿארקירצט געווארן די רייזע פון וואוליטש קיין קאנערי ווארף צו אכט מינוט און די רייזע ביז די היטרוי סטאנציעס צו 47 מינוט.[3] די סטאנציע ווערט באדינט דורך 12 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.

פריערדיקע סטאנציע   ‏ עליזאבעט ליניע   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציע
עליזאבעט ליניע
  צוקונפטדיקע אנטוויקלונגען  
סוף-סטאנציע
עליזאבעט ליניע


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואוליטש באן סטאנציע