לדלג לתוכן

הויז

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הייזער)

צי מיינט איר הויזן?

א הויז אין קאליפארניע

א הויז איז א געביידע וואו מענטשן וואוינען. עס ווערט געבויט דורך מענטשן און ווערט גערופן הויז אזוי ווי עס פארמאגט פיר ווענט מיט א דאך.

א הויז באשוצט קעגן רעגן, שניי, קעלט, ווינטען, גנבים און חיות.

מענטשן וועלן רוב צייט פון טאג נישט זיין אין זייער הויז, נאר ביי דער ארבעט און אין אנדערע פלעצער אבער וועלן זיך געוויינליך געפינען אין זייער הויז ביי נאכט.

עס איז קאמיש אז מענטשן וועלן אוועק געבן רוב צייט פון זייער לעבן פאר דעם הויז אפילו זיי געפונען זיך אינדרויסן מער וואו דערין.[פֿעלט אַ מקור]

א הויז פארמאגט צום ווייניגסטנס איין טיר און עטליכע פענסטער

דאס הויז האט ערמעגליכט מענטשן זיך ארויסצוציען פון היילן און פון געצעלטן וועלעכע זענען געווענליך נישט געווען באשיצט פון קעלטן און בעלי חיים, זייענדיג געבויט פון ליילעכער ליים האלץ און הויט פון חיות.

היינט ווערן די מערהייט פון הייזער געבויט פון שטיינער און בעטאן. עס זענען נאך אלס פארהאן אזעלעכע וואס בויען א הויז פון האלץ און בלעך.

בויען און אויסשטעלן א פלאן פון בויען איז היינט א גרויסע מארק, אזוי אויך אדוואקאטן פאר "בויען פערמיטן" וכדו'.

אין פארשידענע מיוזיעמס דורכאויס דער וועלט זענען פארהאן בילדער און אויסשטעלן פון פארשידענע סארט געבויאכצער דורכאויס די יארן.