אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר הורוויץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
'''רבי אליעזר הורוויץ זצ"ל''' ([[ה'תק"ן]] - [[ג' חשוון]] [[ה'תרכ"א]]), רב אין [[דזשיקאוו]].
'''רבי אליעזר הורוויץ''' ([[ה'תק"ן]] - [[ג' חשוון]] [[ה'תרכ"א]]), רב אין [[דזשיקאוו]].


==אפשטאם==
==אפשטאם==

רעוויזיע ביי 22:03, 8 דעצעמבער 2014

רבי אליעזר הורוויץ (ה'תק"ן - ג' חשוון ה'תרכ"א), רב אין דזשיקאוו.

אפשטאם

רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תק"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.

רבנות

רבי אליעזר'ל האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין ראווא-רוסקא. ווען זיין שווער איז געווארן א יורד רח"ל האט ער זיך ערשט באשעפטיגט מיט האנדלען פון וויין, נאכהער איז ער געפארן קיין ראפשיץ וואוינען נעבן פאטער. נישט וועלנדיג אננעמען קיין רבנישע שטעלע, האט ער - האבנדיג א זייער א שיינע און זיסע שטימע - זיך געפרואווט צו ערנערען פון חזנות, אבער נישט קענענדיג ביישטיין די פינאנציעלע ענגשאפט, איז ער געווארן רב אין דזשיקאוו.

הסתלקות

רבי אליעזר'ל איז נפטר ג' חשוון ה'תרכ"א, אין ליגט אין דזשיקאוו.

פאמיליע

רבי אליעזר'ל האט געהייראט מרת חיה,‏[1] די טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל ראזענפעלד פון ראווא-רוסקא, (א פעטער פון הרב שלום ראזענפעלד פון קאמינקא (דער ערשטער)). זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. רבי ישראל חיים אשרי ברענגט אז דער דזשיקאווער רב פלעג דערמאנען זיין זיידע דעם אמרי נועם מיטן נאמען "מאיר בן חיה" (יאהרצייט, אידישע טריבונע, ד' אדר ב' תשע"א)