2019 פאראייניגטע קעניגרייך אלגעמיינע וואלן
אַלגעמיינע וואלן אין דעם פאראייניגטע קעניגרייך זענען פֿאָרגעקומען דעם 12טן דעצעמבער 2019.[1] כדי אויסדערוויילן דעם 58סטן פּאַרלאַמענט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך .
אין דעצעמבער 2018, האט פּרעמיער מיניסטער טערעזאַ מיי געזאגט אַז זי וועט נישט פירן איר פּאַרטיי אין די קומענדיקע אַלגעמיינע וואַלן.[2] זי האָט רעזיגנירט אין יולי 2019 און איז געווען ריפּלייסט דורך באָריס זשאנסאן .
2017 אַלגעמיינע וואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 2017 האָט טערעזא מיי, פרעמיער מיניסטער פונעם פארייניקטן קעניגרייך גערופן פאר פריע וואַלן (ד״ה פארן סוף פון דעם פינף־יאר טערמין פון פארלאמענט). די מערסטע מיינונגען פון די אנקעטעס האָבן געזאָגט אז די קאָנסערוואַטיווע פארטיי וועט געווינען א גרויסע מערהייט. די וואלן האבן אבער זיך געענדיקט מיט א געהאנגענער פארלאמענט ווען די קאנסערוואטיוון האבן פארלוירן זיצן און די ארבעטס פארטיי האט פארדינט זיצן.
דאַטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די וואלן האבן געדארפט געהאלטן ווערן דעם 5טן מאי 2022 אָבער צוליב דעם געהאנגענעם פּאַרלאַמענט, האט מען אדרוכגעפירט א געזעץ אין אקטאבער 2019 צו האלטן וואלן אין דעצעמבער 2019. זייט 1923 האט מען קיינמאל נישט געהאלטן אלגעמיינע וואלן אין דעם ווינטער מאנאט דעצעמבער.