15טן פעברואר
מראה
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | ||||
4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 |
11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 |
18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 |
25 | 26 | 27 | 28 | 29 | ||
לוח פאר 2024 |
דעם 15טן פעברואר איז דער 46סטער טאג פון יאר אין דער זיבעטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 319טעג (320 אין אן עיבור־יאר).
היסטארישע געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 1542 - געגרינדעט די שטאט גוואדאלאהארא אין מעקסיקע.
- 1764 - געגרינדעט די שטאט סאנט לואיס אין מיזורי.
- 1794 - פראנקרייך אדאפטירט דעם טריקאלאר פאן.
- 1919 - 1,200 יידן דערמארדעט אין א פאגראם אין פראסקוראוו (היינט אוקראינע).
- 1942 - צווייטער וועלט קריג: די יאפאנישע אימפעריע נעמט איין סינגאפור פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
- 1945 - צווייטער וועלט קריג: געענדיגט באמבארדירן דרעזדן
- 1946 - דער ערשטער קאמפיוטער , עניאק (ENIAC), אקטיוויזירט צום ערשטן מאל אין דער מור שולע פאר אינזשעניריע אין פילאדעלפיע
- 1971 - דאס פאראייניגטע קעניגרייך דעצימאליזירט זיין וואלוטע, און אנולירט דעם שילינג, נאך 500 יאר
געבוירן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 1564 - גאלילעא גאליליי, אסטראנאם (געש' 1642)
- 1710 - לואי דער פופצנטער מלך פון פראנקרייך (געש' 1774)
- 1748 - דזשערעמי בענטהאם, בריטישער פילאסאף (געש' 1832)
- 1874 - ערנעסט שאקלטאן, אירישער אויספארשער (געש' 1922)
- 1910 - אירענא סענדלער, סאציאל ארבעטער וואס האט געראטעוועט 2500 יידישע קינדער פון דער ווארשעווער געטא
- 1919 - אנדרעאס פאפאנדרעא, פרעמיער מיניסטער פון גריכנלאנד (געש' 1996)
- 1934 - ניקלאוס ווירט, שווייצער קאמפיוטער וויסנשאפטלער
געשטארבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 1988 - ריטשארד פיינמאן, אמעריקאנער פיזיקער (געב' 1918)
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
15טן פעברואר