אסטראנאמיע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אסטראנאם)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
‫דאָס געזיכט פֿון דער לבֿנה. אַ בילד פֿונעם קאָסמאָסשיף "אַפּאָלאָ", 1969

אַסטראָנאָמיע (פון גריכיש: ἀστρονομία) איז די נאטור-וויסנשאפט וואס באהאנדלט הימלישע אביעקטן און פֿענאמענען, און אַלעס װעגן אַנטװיקלונגען אַרום אונדזער װעלט ווי צ.ב. די זון מיט דער לבֿנה, שטערן און אַלע הימל געשעענישן.

אַסטראָנאָמיע װערט גערעכענט אַלס זײער אַן אַלטע װיסנשאַפֿט, װאָס עס איז דערקענט שױן צום װיינעגסטן ארום 6000 יאָר. סי טוט אנווענדן מאטעמאטיק, פיזיק און כעמיע בכדי אויפצוקלערן די היסטאריע פון די הימלישע אביעקטן, כולל פלאנעטן, לבנות, שטערן, נעפלען, גאלאקסיעס און קאמעטן; די פֿענאמענען שליסן איין סופערנאווע אויפרייסן, קוואסארן, בלאזארן, פולסארן און קאסמישע מיקראכוואליע הינטערגרונט שטראלונג. אין אלגעמיין געהערן אלע פֿענאמענען וואס שטאמען פון אינדרויסן דער ערד׳ס אטמאספער צו אסטראנאמיע. א צווייג פון אסטראנאמיע גערופן קאסמאלאגיע איז די שטודיע פונעם אוניווערס אינגאנצן.[1]

אַסטראָנאָמיע העלפֿט אונדז מיט אונדזער צײַט און נוצן זיך מיט דעם נײטיקן קאַלענדאַר װאָס פֿירט אונדזערע טעג, װאָכן, חדשים, און יאָרן אין זײער שטײגער, לױט די זון אָדער (לבֿנה). ‬

אין די אמאליגע צייטן איז אסטראנאמיע געווען די אבזערוואציעס און פארויסזאגען פון די באוועגונגען פון די הימלישע קערפער וואס מען קען זען מיט די אויגן. היינט ווערט אסטראנאמיע אפט גערעכנט כמעט די זעלבע ווי אסטראפיזיק.[2]

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע אסטראנאמען האבן געזען די שטערן נאר מיט זייערע אויגן. זיי האבן געמאכט מאפעס פון די שטערן און מיט זיי אויסגערעכנט וועלכע צייט אין יאר איז עס.[3] די פריערדיקע ציוויליזאציעס, ווי די מאיא און די אוראלטע עגיפטישע האבן געבויט אבזערוואטאריעס צו קוקן אויף די שטערן און מאכן שטערן מאפעס. זיי האבן אויך אויסגעטראכט וואו די ערד געפינט זיך אינעם אוניווערס.

זיי האבן געהאלטן אז די ערד איז דער צענטער פונעם אוניווערס און די זון, די לבנה און די שטערן דרייען זיך ארום דער ערד. דאס ווערט גערופן דער געאצענטרישער מאדעל פונעם אוניווערס, אדער די פטאלעמי־סיסטעם.[4]

א גאר וויכטיגע אנטוויקלונג איז געווען דער אנהייב פון מאטעמאטישער און וויסנשאפטלעכער אסטראנאמיע, וואס האט אנגעהויבן ביי די בבליים, וואס האבן אראפגעלייגט די יסודות פאר שפעטערדיקע אסטראנאמישע טראדיציעס אין אנדערע ציוויליזאציעס.[5] די בבליים האבן אנטפלעקט אז ליקוי לבנה׳ס חזר׳ן זיך איבער אין א ציקל וואס מען רופט א סאראס.[6]

נאך די בבליים זענען זינענדיקע פארויסיקע טריט אין אסטראנאמיע געמאכט אין אוראלט גריכנלאנד און דער העלעניסטישער וועלט. האט געזוכט א ראציאנאלע פיזיקאלישע אויפקלערונג פאר הימלישע פענאמענען.[7] אין דעם 3טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט אריסטארכוס פון סאמאס געשאצט די גרייס און דיסטאנץ פון דער לבנה און דער זון, און ער האט פארגעשטעלט א מאדעל פון דער זון סיסטעם וואו די ערד און די פלאנעטן דרייען זיך ארום דער זון, וואס מען רופט היינט Earth and planets rotated around the Sun, now called the העליאצענטרישער מאדעל.[8] אין דעם 2טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט היפארכוס אנטפלעקט פרעצעסיע, האט אויסגערעכנט די גרייס און דיסטאנץ פון דער לבנה און האט ערפינדעט די ערשטע אסטראנאמישע געצייג ווי דער אסטראלאב.[9] היפארכוס האט אויך געשאפן א קאטאלאג פון 1020 שטערן, און מערסטע פון די שטערנגרופעס פון דעם צפונדיקן האלבקיילעך שטאמען פון גריכישער אסטראנאמיע.[10]

‫זעט אױך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. (2001) Classical Astronomy and the Solar System – Introduction, 1. 
  2. (2001) Classical Astronomy and the Solar System, 6–9. 
  3. An online book - Gutenberg history of Astronomy.
  4. DeWitt, Richard (2010). "The Ptolemaic System", Worldviews: An Introduction to the History and Philosophy of Science. Chichester, England: Wiley, 113. ISBN 978-1-4051-9563-8. 
  5. Aaboe, A. (1974). "Scientific Astronomy in Antiquity". Philosophical Transactions of the Royal Society 276 (1257): 21–42. Bibcode:1974RSPTA.276...21A. JSTOR 74272. doi:10.1098/rsta.1974.0007. 
  6. Eclipses and the Saros. NASA. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 30סטן אקטאבער 2007. דערגרייכט דעם 28סטן אקטאבער 2007.
  7. Krafft, Fritz (2009). Brill's New Pauly. 
  8. Berrgren, J.L.; Nathan Sidoli (May 2007). "Aristarchus's On the Sizes and Distances of the Sun and the Moon: Greek and Arabic Texts". Archive for History of Exact Sciences 61 (3): 213–54. doi:10.1007/s00407-006-0118-4. 
  9. Hipparchus of Rhodes. School of Mathematics and Statistics, University of St Andrews, Scotland. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 23סטן אקטאבער 2007. דערגרייכט דעם 28סטן אקטאבער 2007.
  10. Thurston, H. (1996). Early Astronomy. Springer Science & Business Media, 2. ISBN 978-0-387-94822-5.