װיקיפּעדיע רעדן:נאמען פון ארטיקל
וויאזוי איז דער בלאט צושטאנד געקומען?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זעה די בית המדרש שמועס איבער וויאזוי דאס איז ארגאניזירט געווארן.[1]. ביעט צוגעבן נאך איינפעלער און נקודות וואס ברויכט זיך צום דעם טעמע.--יודל 14:33, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)
"אויך זאל דאס בעסער זיין לשון הווה ווי איידער די לשון עבר אדער עתיד" וויאזוי קען א סובסטאנטיוו (זאכווארט) האבן א הווה מיט אן עבר מיט אן עתיד? --פוילישער 21:45, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- גוט LOL ►רוני◄ 22:37, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- איז אזוי, געוויינליך זאל מען טאקע בלויז שרייבן א שם דבר, אבער מאכט זיך אסאך מאל אז א שם דבר איז שוין דא, און מ'וויל פארברייטערן דעם נושא מיט א צווייטער ארטיקל איבער א תופעה, דאן איז דאס בלשון הווה. אגב, איז LOL ייווא יידיש וואס מ'נוצט און אנטווערפן אדער איז דא אמעריקאנע חרדישע אידיש וואס מ'האט פארגעסן זיך צו מאכן אז מ'קען נישט קיין ענגליש?--יודל 23:19, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)
נקודות פאליסי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך שמועס זיך דורך ביטע ענטפערן. די נקודות למעשה איז פון ייווא און עס איז זייער אויסגעהאלטן פיל מער ווי די שפראך אן נקודות, איז וויאזוי קענען מיר מאכן א פאליסי קעגן דעם?--יודל 15:14, 5 פעברואר 2008 (UTC)
פאליסי וואס מהאלט נישט איין האט נישט קיין פשט דא צו שטיין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די פאליסי פון נישט באוועגן יענעם'ס ארבייט בנוגע דעם קעפל נאמען נאר נאך וואלן האט רוני באשטעטיגט דא ווען די ארונים האבן נעבעך געמיינט אז זיי קענען טעראריזירן דא. איצטערט איז דא שוין לאנג נישט געווען די ארונישע פאליטיק און רוני אליין'ס האלט נישט איין זיין פאליסי דעריבער גיי איך דאס מעקן נאך א וואך איך האף אז רוני אדער דער ניק פוילישער וועלן זיך אויפוועקן און ארויסרעדן זייער מיינונג לגבי דעם א דאנק--Chaim Shel 15:21, 31 מערץ 2009 (UTC)
- אפדעיט א וואך אדורך די 2 ניקס רוני מיט דער אנדערע ניק פוילישער שווייגן איז אלזא געטוישט געווארן דער פאליסי אויף אויס.[2]--Chaim Shel 17:47, 7 אַפריל 2009 (UTC)
רבנישע נעמען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס שטייט: רבנישע נעמען רבנישע נעמען שאַפֿן אַ קאָמפּליקאַציע: אַ סך פֿון זיי זײַנען באַקאַנט מיט אַ צונאמען, ווי "דער חפץ חיים" אדער "דער חזון איש", און זייער אָפֿיציעלער נאָמען איז כּמעט אומבאַקאַנט. פונדעסטוועגן, דער ארטיקל וועט זיין גערופֿן דער אפיציעלער נאָמען פונעם רב, און אַ ווייטערפירונג וועט אויך לאָזן דערגרייכן דורך זיין ניקקנאַמע.
איך בין נישט מסכים. אז א גדול איז באקאנט נאר לויט זיין ספר. און רוב מענטשן געדענקען אפילו נישט זיין נאמען, וואו איז דער שכל הישר צו שרייבן זיין ביאגראפיע אונטער זיין נאמען וואס ווייניג מענטשן קענען און נישט אונטערן קעפל ווי די גאנצע וועלט רופט אים? איך שלאג פאר אז מען זאל ענדערן די תקנה. --פוילישער 22:36, 26 סעפטעמבער 2019 (UTC)
- לשיטתך זאל מען טוישן אלע ארטיקלען ווי אברהם ישעיהו קארעליץ צום חזון איש. און ווער ווייסט צו זאגן פון אלכסנדר זיסקינד פון הוראדנא? און ווער רופט דער בית אברהם "אברהם וויינבערג (דער צווייטער)? ווייל איר קענט נישט קיין נעמען מיינט נישט אז דאס "איז די שכל הישר". און איר דארפט נישט זיין קלוגער ווי דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע און דער העברעיש־וויקיפעדיע און רוב איבריגע. א דאנק פאר אייער ארבעט. --תנא קמא (רעדן) 05:31, 29 אָקטאָבער 2019 (UTC)
- אבער דער הויפט ענגליש-וויקיפעדיע האט א כלל אז דער נאמען פון אן ארטיקל זאל זיין דער באקאנטער נאמען און נישט דער אפיציעלער נאמען. --פוילישער 13:48, 30 אָקטאָבער 2019 (UTC)
- איך האב נישט די צייט זיך מתווכח זיין אויף יעדע שטות. אפשר מאכט מען אן אפשטימונג? --תנא קמא (רעדן) 18:40, 30 אָקטאָבער 2019 (UTC)
- אבער דער הויפט ענגליש-וויקיפעדיע האט א כלל אז דער נאמען פון אן ארטיקל זאל זיין דער באקאנטער נאמען און נישט דער אפיציעלער נאמען. --פוילישער 13:48, 30 אָקטאָבער 2019 (UTC)
קעפּלעך מיט צי אָן נקודות
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט ווי עס שטייט דאָ געשריבן, דאַרף מען שרײַבן די קעפּלעך אָן נקודות ווײַלע „רוב יידיש רעדנער וואס וועלן זוכן דעם ארטיקל האבן נישט קיין קלאוויאטורס מיט נקודות, וויסן נישט ווי צו אקטיוויזירן די צייכנס אדער קענען נישט זען דער אלף-בית ווירע ביים רעדאקטירונג. איר קענט ניצן די נקודות נאָר אינעם אינהאלט, און די קעפל מיט נקודות זאל זיין א ווייטערפירונג צו דער הויפט ארטיקל.”
במחילה, דאָס איז אַ נאַרישקײַט שבנאַרישקײַט, אויב עס רעדט זיך וועגן די וועלכע זוכן דאָ אויף וויקיפּעדיע, פאַרוואָס זאָל מען ניט מאַכן טאַקע די איבעפירונגס־בלעטער אָן נקודות? אויב עס רעדט זיך וועגן די וואָס זוכן אונז אויף מיט גוגל, איז גוגל ניט מתחשב מיט נקודות.
חוץ דעם, וואו איז דער שכל אַז דווקא דער נאָמען פון וועבזײַטל זאָל האָבן נקודות, און אַזוינע נקודות וועלכע רוב אידיש רעדנער האָבן פון זיי אין זייער לעבן ניט געהערט (איך מיין טאַקע דעם „סימן רפה” איבער דער פ"א – „די פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע”).
און צום לעצטנס, אידיש רעדנער (ווער רעדט נאָך די וואָס באַנוצן זיך מיט וויקיפּעדיע) זײַנען ניט קיין יאָלדן, על פי רוב ווייסן זיי יע ווי אַרײַנצוזעצן די נקודות (אַחוץ דעם אויבן־דערמאָנטן „סימן רפה”). נאָר וואָדען? על פי רוב זעט מען ניט קיין טעם דערצו - און זיי האָבן טאַקע רעכט. אָבער אַז מ'וויל שרײַבן פאָרמעל, מיין איך אַז עס זאָל זײַן דווקא יע מיט נקודות.
אויב מ'דאגהט שוין וועגן „רוב אידיש רעדנער” דאַרף מען זען דערצו אַז „אידיש” זאָל געשריבן ווערן דווקא מיט אַן אל"ף, וואָרום דער אויסלייג „יידיש” איז אומבאַקאַנט רוב אידיש רעדנער -- Shad Veyosiv (רעדן) 23:11, 12 אַפריל 2020 (UTC)
- איך האב נישט געקענט די דאזיקע רעדנער וואס האבן געפונען (און געדענקען) די קלאַווישן קאמבינאציעס צו שאפן די צייכנס זיך אליין (ווי קעפּס לאָק, שיפֿט און א נומער). דעם אַבזאַץ וואס איר האט ציטירט איז דאך נישט דערהיינטיקט געווארן זינט 2007 (ווען דער בלאט איז געשאפן געווארן). בלויז אויב דו רעדסט פון גענוג אנדערע באניצער וואס טאקע וויסן אדער טוען דאס היינט, מען זאל דערהיינטיקן אדער אפשר אראפנעמען דער אַבזאַץ. איך האב געזוכט אויב פוילישער (דער איצטיקער באניצער מיט אדמיניסטראטאר רעכטן) האט מסביר זיין פארוואס ער האט אראפגענומען ניקוד פון געוויסע ארטיקל נעמען, אבער ער האט געשריבן לפחות צוויי מאל אז דאס איז געווען נאר א שטייגער וואס די קהילה האט באשטימט צו האלטן ביז היינט (אנשטאט צעלייגן די טעכנישע סיבות). אין אנדערע ווערטער: דאס באנוץ פון ארטיקל נעמען אָן ניקוד איז באשטימט געווארן אלס די נארמע מער ווי צען יאר צוריק, און די קוואנטומען פון ארטיקלען און אנדערע בלעטער וואס מען האט געשאפן פון דעמאלט אן זענען צו ריזיק צו טוישן זיי אלע, און אויך פארריכטן א סאך ווייטערפירונגען צו די נייע קעפלעך (דעם באָט וואס פארריכט טאָפּלע ווייטערפירונגען איז נישט מער אין באנוץ דא).
- אין כמעט אלע טעקסטן אויף יידיש מיט ניקוד וואס איך האב געזען (אחוץ מאשין איבערזעצונגען) האב איך געפונען פֿ (און א מאל אויך בֿ), און וואס איך האב געלערנט איז געווען אז פ"א אדער בי"ת אָן יענער צייכן איז געוויינטלעך אקצענטירט. דערפאר, עס קוקט צו מיר ווי א גרונטיקער צייכן וואס העלפֿט אונטערשיידן P פון F (להיפוך פון העברעאיש, וואו א פ"א אָן א פונקט איז געוויינטלעך אן F).
- כאטש עס זענען דא דריי פארשידענע וועגן צו שרייבן דאס ווארט "ייד" און אירע דעריוואטן, די וואריאציע מיט ייִ איז געוויס די מערסט אנגענומענע ("איד" איז נאר די צווייטע און "יוד" איז אלטמאדיש). איך מיין אז דער סטאנדארד דא זאל בלייבן "ייד", און אז איין פערזאן קען נישט פרובירן דעקלארירן זיך א פארשטייער פון מערסט אדער אלע רעדנער פון א שפראך. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 14:02, 13 אַפריל 2020 (UTC)
- ובכן, דו שרײַבסט עטליכע ריכטיקע זאַכן, אָבער דו באַנעמסט ניט דעם גאַנצן ענין ווי ער איז. דעריבער, דערלויב מיר דיר מסביר צו זײַן:
- אין קיין שום תקופה האָט אידיש ניט פאַרמאָגט גלײַכצײַטיק דרײַ אויסלייגן פון „אידיש”. מיט הונדערט צוואַנציק יאָר צוריק, איז געווען כמעט אינגאַנצן אָפּגעפרעגט צו שרײַבן צוויי יו"דן אין אָנפאַנג וואָרט. די צוויי אויסלייגן וואָס זײַנען געווען אָנגענומען אויף ווערטער וואָס הייבן זיך אָנעט מיט YI זײַנען געווען אָדער „אי” אָדער „יו”, „אי” האָט געשטאַמט פון די ליטווישע אידן וועלכע זאָגן אַרויסעט דעם YI נאָענט צו אַ פּראָסטן I, און „יו” האָט געשטאַמט פון די פּוילישע און אוקרײַנישע אידן, באַ וועלכע יעדער שורוק ווערט אַרויסגעזאָגט ווי אַ חיריק.
- מיט דער צײַט האָט דער פאָרעם „אידיש” געקראָגן מער פּרעסטיזש און האָט זיך פאַרשפּרייט אויכעט אין פּוילן.
- די סאָוויעטן האָבן געוואָלט מאַכן פון אידיש אַ „מאָדערנע” שפּראַך, האָבן זיי אויסגעטראַכט פאַרשידענע „פאַרבעסערונגען” צום אויסלייג (הײַנט ווען מ'לייענט סאָוויעטיש אידיש, קען מען קוים פאַרשטיין וואָס דאָרט שטייט צוליבן מאָדנעם אויסלייג), ווען דער ייִוואָ אינסטיטוט האָבן אויסגעשטעלט זייערע תקנות פון אויסלייג פאַר דער אידישער שפּראַך, האָבן זיי אָנגענומען אייניקע פון די סאָוויעטישע „פאַרבעסערונגען”, צווישן זיי, דער אויסלייג „ייִדיש”.
- צו יענער צײַט האָט רוב אידישער עולם ווײַט ניט אָנגענומען דעם ייִוואָ אויסלייג, יעדער האָט געשריבן אויף זײַן אַלטן שטייגער. דער „יודיש” אויסלייג, האָט זיך שיער ניט געהאַט פאַרשוואונדן אינגאַנצן, און דער „אידיש” אויסלייג האָט געהערשט באַ רוב אידיש רעדנער.
- וואָס איז שפּעטער געשען איז אינטערעסאַנט, אָבער דאָ איז עס ניט נוגע. דער סך־הכל איז, אַז הײַנט צוטאָגס זײַנען די פרומע אידן כמעט די איינציקע אידיש רעדנער, די איינציקע רעשטלעך וואָס זײַנען געבליבן פון דער אַמאָל בליענדיקער סעקולערער אידישער וועלט, איז אַלץ אין ייִוואָ.
- דעריבער, דאָ רעדט זיך ניט פון „איין פּערזאָן וואָס פּרובירט דעקלאַרירן זיך אַ פאַרשטייער פון מערסט אָדער אַלע רעדנער פון אַ שפּראַך”. דאָ רעדט זיך וועגן פאַקטן וועלכע אויף זיי איז אֵין חולק.
- דאָס וואָס „ייִ” איז – ווי דו שרײַבסט – „געוויס די מערסט אָנגענומענע”, איז דאָס נאָר ווײַל ייִוואָ איז דער איינציקער אינסטיטוט וואָס פאַרמעסט זיך פאָרצושטעלן דעם „ריכטיקן אויסלייג פון דער אידישער שפּראַך” – אַז אָך און וויי צו אַזאַ ריכטיקײַט, פון וועלכער רוב רעדנער ווייסן כלל ניט, און ווילן אויך ניט וויסן.
- אָבער דער טראַגישער שפּאַס פון דעם ייִוואָ אינסטיטוט ענדיקט זיך ניט דערמיט וואָס רוב אידיש רעדנער אַנערקענען עם ניט. לאָמיר קוקן פאַרקערט, ווער אַנערקענט עם יע? דער ענטפער איז אַזוי טרויעריק, אַז עס איז לעכערליך: העכער 75% פון די וואָס רעדן און שרײַבן ייִוואָ אידיש רעדן ניט קיין אידיש פון דער היים (דאָס הייסט: זיי האָבן זיך אויסגעלערנט אידיש שפּעטער אין לעבן), אָדער על־כל־פנים באַנוצן זיך ניט מיט אידיש אין זייער טאָגטעגליכן לעבן.
- נאָך דער הקדמה, קום איך צו אויך צום ענין פון ניקוד, ובכן:
- מיט די אַלטע קאָמפּיוטערס איז געווען טאַקע אַ גאַנצע מעשה אויסצוזעצן די נקודות (כאָטש מען האָט געוואוסט ווי אַזוי, האָט מען ניט געזען צו נויטיק זיך באַמיען דאָס צו טאָן). מיט די נײַע קאָמפּיוטערס איז פיל גרינגער זײ אַרײַנצושטעלן. פונדעסטעוועגן, ווען אידן שרײַבן אומפאָרמעל צווישן זיך, באַטראַכטן זיי די נקודות אַלס אַן איבעריקע זאַך. אין מער פאָרמעלע שטעלונגען, וועט מען פיל אָפטער (כאָטש ווײַט ניט אַלעמאָל) שרײַבן מיט נקודות.
- איר שרײַבט „אין כמעט אלע טעקסטן אויף יידיש מיט ניקוד וואס איך האב געזען (אחוץ מאשין איבערזעצונגען) האב איך געפונען פֿ (און א מאל אויך בֿ)”. במחילה, דאָס איז אַ גלאַטע נאַרישקײַט. רוב אידישע רעדנער ווייסן כלל ניט פון דעם „סימן רפה”. אַ פ"א דגושה (P) שרײַבט מען מיט אַ פּינטעלע, און אַ פ"א רפויה (F) אָן אַ פּינטעלע, „חד וחלק” (ווי מ'פלעגט זאָגן באַ אונז „אַזוי איז עס און פסיאָ”).
- די נקודות וואָס ווערן אָפט געשריבן זײַנען אַ קמץ אָדער פתח אונטער אַן אלף, אַ דגש אין אַ פ"א, און זעלטנער אַ פתח אונטער צוויי יו"דן. פון אַ סימן רפה איבער אַ פ"א האָט מען קיינמאָל ניט געהערט.
- אַנטשולדיק פאַרן לאַנגן ענטפער, אָבער איך האָב געוואָלט אַז דער ענין זאָל זײַן ווי קלאָר מעגליך. -- Shad Veyosiv (רעדן) 01:34, 14 אַפריל 2020 (UTC)