לדלג לתוכן

אברהם וויינבערג (דער צווייטער)

פֿון װיקיפּעדיע
נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


רבי אברהם וויינבערג (דער צווייטער) (ה'תרמ"ד - א' אייר תרצ"ג 27סטן אפריל 1933), דער "בית אברהם", איז געווען דער דריטטער סלאנימער רבי. ער האט געפירט זיין רביסטעווע פון תרע"ו ביז זיין פטירה אין תרצ"ג.

רבי אברהם איז געבוירן געווארן אין תרמ"ד, עטלעכע חדשים נאך דער פטירה פון זיין זיידן רבי אברהם וויינבערג, גרינדער פונעם סלאנימער הויף, וועמענס נאמען מ'האט אים געגעבן. זיין פאטער איז געווען רבי שמואל וויינבערג, דער צווייטער סלאנימער רבי. אין תרס"א האט ער געהייראט די טאכטער פון דעם לאמאזשער רבי צבי הירש מארגנשטערן, אן אייניקל פונעם אלטן קאצקער רבי'ן.

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרע"ו האט ער איבערגענומען די רביסטעווע, וואס ער האט געפירט ערשט אין ביאליסטאק און שפעטער אין באראנאוויטש.

פֿריערדיגער:
רבי שמואל וויינבערג
סלאנימער רבי
ה'תרע"ו - ה'תרצ"ג
"בית אברהם"
נאָכפֿאלגער:
רבי שלמה דוד יהושע וויינבערג