װיקיפּעדיע:בלעטער צו אויסמעקן
ארטיקלען פאר אויסמעקן איז וואו מ'רעדט אדורך וויאזוי צו באהאנדלן אן ארטיקל. א זאך וואס קומט דא אהער בלייבן ביז א וואך צייט; דערנאך וועט מען באשליסן וואס צו טון לויט א קאנצענזוס:
איידער איר שטעלט אריין אן ארטיקל אין דער רשימה, טראכט גוט אויב א בעסערע אלטערנאטיווע וועג איז פאסענד: אויב אן ארטיקל האט נישט קיין מקור זוכט קודם אויף אין גוגל נאר נאכן זיך באמיען און נאכקוקן און נאכן לייגן א מקור מוסטער אדער בעטן פערזענליך פונעם באנוצער און ער ענטפערט אייך נישט געהעריג דאן ווען איר זענט זיכער אז עס איז נישטא קיין מקור קענט איר בעטן דאס אויסצומעקן דא אויף דעם בלאט. טייל ארטיקלען זענען ממש לשון הרע אדער עס איז סתם ליידיג אדער סיי וואסערע אנדער ענין וואס איז אין דירעקטן וואנדאליזם שייכות אדער טעות דאן ברענגט דאס נישט אהער נאר שטעלט ארויף דעם מוסטער {{אויסמעקן}} און א סיסאפ וועט דאס טאן פאר אייך תיכף ווען ער באמערקט דאס. אזוי ווי מיר ווילן געבן די ברירה פאר דער גאנצער קהילה דא צו זאגן זייער מיינונג אויף אונזער אויספארעמונג דעריבער וועט דער בלאט דינען אלס צענטעראלער פלאץ ווי אלע ארטיקלען, קאטעגאריעס. און בילדער סיי וואס איינער וויל מעקן וועט דא ווערן אויסגעשמועסט. |
ראציאנאל עפעס א באנוצער זאגט אז דאס ערשיינט שוין נישט.
- האלטן - דערקעגן יענער באנוצער האט נאך נישט עפעס ערענסט דא זיך באטייליגט און ער איז שוין געווען בלאקירט אויכט סא איך גלייב אז ער מיינט די טובה פון זיין אינטערעסע--יודל 15:06, 5 פעברואר 2008 (UTC)
ראציאנאל: עס איז איבעריג און קיין איין וויקיפעדיע איז נישט דא אזא מין מוסטער, עס האט נישט פשוט קיין פשט מסכים צו וואס און צו וואס נישט. כדי צו באשאפן א מוסטער מוז זיין עפעס וואס זאל זיין נוצליך פארן פראיעקט דאס האט מען איינמאל צו צוויי מאל אינגאנצען גענוצט בטעות און איך נעם מיך אונטער דאס צו פארעכטן די וואלן. א דאנק.
- אויסמעקן מכוח מיין ראציאנאל--ווארצגאנג 15:20, 30 יאַנואַר 2009 (UTC)
- האלטן פארוואס זאל מען נישט האבן מוסטערן צו ניצן אין אלגעמיינע וואלן? --פוילישער 23:54, 5 פעברואר 2009 (UTC)
- הערה - איך האב מיך נישט גוט מסביר געווען. אוואדאי איז נישט קיין פראבלעם צו האבן מוסטערן וואס אנדערע וויקיפעדיע שפראכן האבן נישט, מיר זענען דאך אן אייגן קהילה מיט איר אייגענארטיקע געברויכן. - אבער איך האב אביסל אריינגעטראכט פארוואס טאקע האט מען דאס נישט אין אנדערע שפראכן, האב איך געזעהן אז די סיבה איז מער שייך דא ווי דארטן. דער דאזיגער וואלן פראיעקט איז נישט ווי קיין דורכשניטליכער וואלן אין א דעמאקרטישע לאנד. דא שטרעבן מיר צו שאפן קאנסענסוס און נישט א רוב. ד.ה. אז אפילו רוב ווילן עפעס אבער טאמער איז דא פשרה זאל מען שטרעבן פאר דעם. און אנדערע ווערטער עס איז בפירוש דא א פאליסי אין אלע וויקיפעדיעס אז טאמער איינער שרייבט סתם איך בין מסכים מיט יענעם און קלערט נישט אויף פארוואס רעכענט מען נישט זיין שטימע!. - דעריבער איז דירעקט דא אן אינטערעסע דא ווי אין אלע וויקיפעדיעס צו נישט האבן אזא מוסטער סתם מסכים אן א אויפקלער. נאר מען זאל ענדערטשער שרייבן מעקן און פארוואס אדער האלטן און פארוואס. א דאנק.--ווארצגאנג 14:58, 9 פעברואר 2009 (UTC)
- האלטן. דאס אז ס'נישט דא אין אנדערע וויקיפעדיע'ס איז קיין טענה נישט. מ'מעג אליין זיין אביסל שעפעריש. נייגעריגער (רעדן) 20:37, 30 אָקטאָבער 2014 (UTC)
ראציאנאל: עס איז גענצליך איבעריג ווייל פאר טעכנישע שאלות האבן מיר א בלאט פאר רעדן האבן מיר קאווע שטיבל בלאט, פאר סתם רעדן צו איינעם קען מען דאך נוצן זיין רעדן בלאט, פאר אמאליגע שאלות האבן מיר דאס מערסטע געפרעגט שאלות בלאט, און קיין איין וויקיפעדיע האבן מיר נישט אזא בלאט מיר קענען נישט לאזן איין באנוצער וואס באנוצט זיך אויך נישט דערמיט און האט דאס בלויז גענוצט 2 מאל על פי טעות ווארשיינליך דאס צו לאזן דא איבעריג.--ווארצגאנג 14:39, 5 פעברואר 2009 (UTC)
- אויסמעקן - אדרבה זאל ער זיך מסביר זיין אפשר וועל איך מודה זיין צו אים. א דאנק.--ווארצגאנג 14:39, 5 פעברואר 2009 (UTC)
- אויסמעקן אינגאנצן איבעריג --פוילישער 23:55, 5 פעברואר 2009 (UTC)
- האַלטן דער אַרטיקל קען זײַן נוצליך אַף צו דערמאָנען ניט געענדיקטע שמועס בלעטער. מען דאַרף נאָף איר אַװעק שטעלן אין אַ צוטריטלעכן אָרט. ►רוני◄ 22:09, 12 מערץ 2009 (UTC)
עס איז ניט ענציקלאָפּעדיש נאָר סתם אַ װאָרט. ►רוני◄ 22:26, 12 מערץ 2009 (UTC)
- אױסמעקן. ►רוני◄ 22:26, 12 מערץ 2009 (UTC)
- האלטן. - מען געט זיך דא אפ צו שרייבן נישט צו מעקן, אז עפעס באדערט דיך פארעכט דאס און בארייכער דאס און הער אויף זיך אפגעבן דא בלויז מיטן מעקן.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 14:13, 13 מערץ 2009 (UTC)
- אויסמעקן וויקיפעדיע איז נישט קיין ווערטערבוך. --פוילישער 15:51, 13 מערץ 2009 (UTC)
- הערה אז עס באדערט דיך אז מיר האבן דא ארטיקלן וואס זענען קורץ איז דער פראיעקט נאך נישט קיין ווערטערבוך! אלע וויקיפעדיעס האבן קורצע ארטיקלן. בארייכער דאס. איצטערט גייסטו אנהייבן מעקן די הונדערטע ארטיקלן וואס ליגן אין דעם קורץ קאטעגאריע רח"ל?! נאו פראבלעם איך גיי נישט אויפגעבן מיין דזשאב באט איך זאג דיר צוה אז איך וועל דאס נישט דערלאזן איך וועל אויפהערן שרייבן נייע ארטיקלן און זיך בלויז אפגעבן מיטן הצלה דעפענסיע וואס איר מיט דעם ניק רוני האבן היינט ערקלערט דא מלחמה איבער אונזער פראיעקט. איך קוק פאראויס מיט גרויס הנאה צו זעהן ווער עס וועט שנעלער מיעד ווערן איר צו מעקן אדער איך צו צוריקשטעלן... עס איז אבסאלוט נישט אקצעפטיר די דאזיגע אפענסיע פון מעקן קליינע ארטיקלן וואס אין אייערע אויגן איז דאס קליין סיסטעמאטיש--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 16:01, 13 מערץ 2009 (UTC)
- דער ארטיקל איז נישט "קורץ" . דער ארטיקל איז נאר א ווערטערבוך דעפיניציע אן קיין שום ענציקלאפעדישן תוכן. --פוילישער 16:05, 13 מערץ 2009 (UTC)
- ענטפער דיין טענה איז פאלטש דער ארטיקל זאגט אונז אז דער מיינונג האט מערערע מיינונגן. קען זאגן אז דו מיטן די ניק רוני האבן נישט גוט פארשטאנען אבער אייער בעטן אויסמעקן זאגט מער ווי עפעס א געאיילטער טעות.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 16:13, 13 מערץ 2009 (UTC)
דער אַרטיקל איז בלױז דער טײַטש פֿון "דערפֿאַרונג" און עס גיבט ניט קײַן ענציקלאָפּעדישע אינפֿאָרמאַציע. ►רוני◄ 22:09, 12 מערץ 2009 (UTC)
- אױסמעקן ►רוני◄ 22:09, 12 מערץ 2009 (UTC)
- האלטן. - אז אין דיינע אויגן איז דאס ארים לייג ארויף דעם מוסטער פארקורצט און אנדערע וועלן דאס בארייכערן, ביטע הער שוין אויף זיך אפגעבן דא מיטן מעקן--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 14:14, 13 מערץ 2009 (UTC)
ניט װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע. ►רוני◄ 22:19, 12 מערץ 2009 (UTC)
- אויסמעקן ►רוני◄ 22:19, 12 מערץ 2009 (UTC)
- האלטן דאס איז קריטישע וויכטיגע אינפארמאציע צו ווייזן אז מיר נעמען אן ערענסט אינזערע קורץ זיכטיגע קרוץ גרייכענדע שוואכקייטן, אלע וויקיס האבן דאס אזא בלאט, און מיר קענען נאר האבן נוצן ווייל מיר זענען נאך שוואכער און קלענער ווי זיי. מיר שרעקן זיך נישט פון קונסטרוקטיווע קריטיק. אדרבה מיר זענען שטאלץ דערמיט אז אזאלעכע גרויסע שריפט ריזן און טוער פאר יידיש ווי גענאדי עסטרייך שלום בערגער און די ארונישע פירער פון הייד פארק האבן געשפירט פאר וויכטיג זיך צו קימערן מיט אונז, דורך מוסרן און ארויסברענגן אונזערע פעלערס וכו'. דאס וועט אונז בלויז העלפן וואקסן און האט אונז געהאלפן וואקסן ביז איצט, איך ווייס ביי מיר אז אומצאליגע ארטיקלן האב איך גענומען די מוה צו פארעכטן און פארבעסערן, איך ווייס אויך אז רוני האט גענומען פילע ארטיקלן צו וועלן מעקן און איך האב זיי געראטעוועט נאכער וואס ער האט געזעהן די קריטיק א ביישפיל פון ערפארונג און נאך. בכלל אין אן אנציקלאפעדיע איז נישט פארהאן אזא דערהער פון אויסמעקן סתם אזוי ווייל איינער האט אפגעמאכט אז דאס איז אים נישט וויכטיג, אם כן קען מען דא מעקן אלע ארטיקלן וואס רוני האט קודם געוואלט מעקן צוליב דזשעי.נעט. וכו' דאס איז דאך א הימל געשריי אזא חוצפה פון דעם רוני צו פארלאנגן אויסמעקן אין די וועלט אריין!--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 13:45, 13 מערץ 2009 (UTC)
- אז מען וויל האלטן דעם ארטיקל דארף מען ברענגען מקורות. מען קען נישט שרייבן אזעלכע זאכן גלאט אין דער וועלט אריין. --פוילישער 15:48, 13 מערץ 2009 (UTC)
- ענטפער - אז מהאלט דעם ארטיקל דארף מען נישט האבן קיין מקורות בלויז אויב איינער האט א פראבלעם מיט אירע פאקטן אז דאס קען זיין לשון הרע אדער קוקט אויס נישט קראנט. איך בעט דיך ווי איידער מעקן ברענג מקורות די אלע זאכן זענען דאקומענטירט געווארן בשעתו דא אינעם פראיעקט מיטן גאנצען בשותפות'דיגער קאנסענסוס פון די דעמאלטסדיגע שרייבער קומסט אהער און פארלאנגסט מקורות גוט, מיר דאנקן דיר, אבער נישט מעק בעפאר דעם--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 15:55, 13 מערץ 2009 (UTC)
- אוודאי דארף אזא ארטיקל האבן מקורות. סתם שרייבן "קריטיק" אן מקורות איז נישט אויסגעהאלטן. --פוילישער 16:05, 13 מערץ 2009 (UTC)
- אוודאי קען מען נישט מעקן דא פארן בעטן מקורות ווי איר האט געוואלט דא טוען איצטערט האט עס שוין מקורות און עס האט באמת הונדערטע מקורות וואס וועט נעמען א שטיק צייט אבער דאס וועט אי"ה שטיין געשריבן קלאר דייטליך און פראפעסיאנאל, דורך מיר אז איך וועל זעהן אז מ'פארלאנגט נאך און משפילט טעמיש כאילו מהאט נישט מיטגעהאלטן דא בשעת מען האט געשריבן דעם ארטיקל....--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 16:12, 13 מערץ 2009 (UTC)
- ערבך ערבא צריכא, אויב דאס זענען סה"כ די "דייטליך און פראפעסיאנאל" מקורות איז עס א שאנדע פאר דעם וויקיפעדיע, אוודאי שוין מעקען. --יוסל 20:52, 14 מערץ 2009 (UTC)
- ענטפער - קודם כל ר' יוסל איך זעה איר האט די ערשטער מאל זיך דא צונויף גערעדט אין דעם בלאט. [הגם איר האט נישט געהאט די דרייסטקייט צו וויילן דא געהעריג מסתם ווילט איר זיך באווארענען פונעם טשעק-יוזער טול כל הכבוד פארן האבן דעם קאפ אויפן פלאץ] איז דארף איך אייך מיט כבוד אויפמערקן פון דעם פאליסי זיך האלטן רואיג נישט גיין פערזענליך דו זאגסט אז איך דארף אן ערב. און אויב דאס וואס איך האב געשריבן פרייטאג איז פראפעסיאנאל איז א שאנדע פארן פראיעקט. - איז אזוי: איך בין מודה אז איך דארף אן ערב און איך דאנק דיר פארן זיין מיין ערב. לגבי די שאנדע האלט איך אז איך בין נישט קיין שאנדע. (כאטשיג נישט אזא גרויסע כבוד ווי דיר באט פארט נישט קיין שאנדע) איך וועל פרובירן מסביר זיין פארוואס? אבער קודם זעה איך אז רוני האט געמעקט ווי זיין סדר אן ווארטן א וואך, סא איז מיין ארבייט געגאנגן להבל ולריק און איך קען מיך נישט טענה'נען מער מיט דיר צו די מקורות איז פראפעסיאנאל צו ניש ווייל זיי זענען דאך נישטא, דעריבער וועסטו בלייבן גערעכט דערווייל ביז איך וועל צוריק קאנסטרוקטירן דאס ארטיקל פון דאס ניי. זיי געזונט.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 13:54, 16 מערץ 2009 (UTC)
- מיט דעם גרעסטען כבוד פאר אייך, אבער ס'חידוש'ט מיך אז איר האט קאמפלעקסען, דער פייל איז געווען געצילט צו די מקורות וועלכע זענען א שאנדע, נישט צום ברענגער פון די מקורות וועלכער האט זיי ווארשיינלעך בתמימות מיט עהרע און ליבע אראפגעברענגט.--יוסל 14:52, 16 מערץ 2009 (UTC)
- יאסאלא: ווארשיינליך זענען אייערע חידושים אז איינער האט קאמפלעקסן אויך פיילן וואס דו שיסט דא אויף מקורות און נישט אויף די שרייבער.... איר זענט ממש באלד דער זעלבער בעל מופת ווי אברהם אבינו איר שיסט נעבעך פיילן וואס ווערן זאמד. אבער פארשטייט זיך די עהרע אין ליבע האט דא דייקא נישט דער ווארפער נאר דער כאפער...--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 16:43, 16 מערץ 2009 (UTC)
- כ'וועל נאך אמאל פראבירן מיך צו ערקלערען: יעדער בר בי רב ווייס וואס ערבך ערבא צריכא באדייט, "פון ווי די ווילסט דיך דעקען דארף אליין דעקונג", למשל, בנוגע לעניני, איר ברענגט מקורות פון אן ארט וואס די ארטיקלען זענען אַנאָנים, און טאקע מהאי טעמא, ווייל די שרייבערס ווילן זיך נישט דארפן דעקען, זיי זוכן גלאט סענסאציעס, דאס אנצוריפן "דייטליך און פראפעסיאנאל", טוט מיר ליידט, אבער מיין קליין קעפעלע פארשטייט פארקערט. בנוגע דעם ווארט קאמפלעקס דאס איז נישט קיין פייל דאס איז פשוט דער פאקט וואס שרייט ארויס פון אייער ענטפער, און איך בעט אייך נעמט עס נישט פאר קיין באליידיגונג, ס'געשעט ביי די שענסטע משפחות, ואתו הסליחה. --יוסל 17:32, 16 מערץ 2009 (UTC)
- מען בעט שטארק ווער עס רעדט פון באליידיגן זיך און אנדערע זאל אויפהערן רעדן פון באליידיגן וועט ער נישט הערן באליידיגן. אויכט זאל ער אויפהערן רעדן פון פיילן וועט ער נישט דארפן אויפעסן זיינע פיילן. אויך זאל ער נישט באשודלדיגן אין ליגענטס אז די מקורות זענען אנאנים ווייל ר' שלום בערגער און גענאדי עסטרייך זענען זייער באקאנט. לגבי די חרדישע שרייבער וואס קריטיקירן אונז אויכט זיי זענען דאך נישט מכוח זייער אייגענער דעת דאס איז דאך דער דעת פון די חרדים קאלעקטיוו. לגופו של ענין וועל איך אי"ה שיין איבערשרייבן די קריטיק ווען דאס וועט ווידער זיין גילטיק דערווייל וועט מען דא לאזן רוני'ס ווילדער וואנדאליזם פון מעקן שלא כדין און דו קענסט ווייטער פארקויפן ליגענט אז די מקורות זענען נישט געווען פראפעסיאנאל און דאס פרובירן עסן דיינע פאלן אז דאס איז א שאנדע. לא שאנדע יש פה ולא פיילן יש פה סך הכל האבן מיר דא א באנוצער וואס הייסט יוסל און איז אביסל מיד געווארן פון נאר בלויז שרייבן פון רעבישע אייניקלעך. צוריק צו די ארבייט.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 13:20, 17 מערץ 2009 (UTC)
- ערבך ערבא צריכא, אויב דאס זענען סה"כ די "דייטליך און פראפעסיאנאל" מקורות איז עס א שאנדע פאר דעם וויקיפעדיע, אוודאי שוין מעקען. --יוסל 20:52, 14 מערץ 2009 (UTC)
(16טן מאַרץ 2009)
אַלע אַרטיקלען דאָרט האָבן ניט קײַן שײכות מיט שמוץ. ►רוני◄ 22:33, 15 מערץ 2009 (UTC)
- אױסמעקן. ►רוני◄ 22:33, 15 מערץ 2009 (UTC)
- אויסמעקן סתם נישט ענציקלאפעדיש --פוילישער 22:50, 15 מערץ 2009 (UTC)
- האלטן - פאר דעם ניק רוני: דו ביסט דיך מחולק מיטן מציאות, אומריין איז נישט שמוץ? שטויב ווערט נישט ביי פילע גערופן שמוץ? חרדים רופן נישט סעקסואלע טעמעס שמוץ? א.א.וו. פארן ניק פוילישער: א באדייטן בלאט מוז נישט זיין אנציקלאפעדיש. דאס איז ווי א רידיירעקט קוק די אינטערשפראכן איבער א צען וויקיס האבן דאס די דאזיגער בלאט און פאר זיי איז קיינעם נישט איינגעפאלן דיין טענה...--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 13:37, 16 מערץ 2009 (UTC)
- לײג אַן אינטערװיקי לינק דען. אפֿילו די ענגלישע װיקיפּעדיע מיט כּמעט 3 מיליאָן אַרטיקלען האָבן ניט אַזאַ װײַטערפֿירונג װי Dirty. ►רוני◄ 14:03, 16 מערץ 2009 (UTC)
- איך האב געלייגט בעפאר איר האט אפילו דא געבעטן, נעקסט טיים בעפאר איר מעקט קוקט אייך ארום אין די 3 גרויסע וויקיס.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 14:05, 16 מערץ 2009 (UTC)
- לײג אַן אינטערװיקי לינק דען. אפֿילו די ענגלישע װיקיפּעדיע מיט כּמעט 3 מיליאָן אַרטיקלען האָבן ניט אַזאַ װײַטערפֿירונג װי Dirty. ►רוני◄ 14:03, 16 מערץ 2009 (UTC)
15טן אפריל 2010
- אױסמעקן סתם אַ ראש כולל אָן קײן אינטערװיקיס מיט צופֿיל קעגנערס. ►רוני◄ 10:08, 15 אַפריל 2010 (UTC)
- אױסמעקן. חסיד11 13:53, 16 אַפריל 2010 (UTC)
- האלטן. ס'איז דא הונדערטער בלעטער ביאגראפיעס אן אינטערוויקי לינקס. --פוילישער 15:25, 16 אַפריל 2010 (UTC)
- האלטן. יעדע זאך איז אינטרעסאנט פאר אנדערע מענטש, און ווער עס וויל נישט זאל עס נישט ליינען. Wwii study 19:39, 16 אַפריל 2010 (UTC)
- אױסמעקן הערך הוא סתם ליצנות. אומר ועושה 14:17, 18 אַפריל 2010 (UTC)
- האלטן ר' יחיאל ראבינאוויץ איז א מומחה צו שלום בית, און מיין שטוב האט הער געראטעווט. ענק זענין מקנא אז א יונגרמאן פון 25 יאר איז א זוי שטארק מצליח.
- האלטן: איך קען דאס אינגערמאן, ער איז אסאך מער פון וואס מ' שרייבט דא אויף אים. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 79.176.38.140 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- האלטן: איך קען אים אויך.--יאפין 18:19, 26 אָקטאָבער 2010 (UTC)
- האלטן: נעכטען האב איך געהערט א דרשה פון אים ער איז א פה מפיק מרגליות. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 94.109.144.103 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- האלטן. און פרובירן צו פארבעסערן, אויב מעגליך. נייגעריגער (רעדן) 09:17, 29 אָקטאָבער 2014 (UTC)
דיסקוסיע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך קען ניט דעם יונגערמאַן. אײנער פֿון אײַך קען אים? אױב קײנער קען אים ניט האָט עס ניט קײַן פּלאַץ. און פֿאַרװאָס יעדן צװײטן טאָג קומט דאָ אײנער און בעט אים אױסצומעקן? איז דאָ מחלוקת אױף אים? ►רוני◄ 08:54, 17 אַפריל 2010 (UTC)
20סטן מערץ 2013
- אױסמעקן. בכלל נישט קיין מערקווירדיקער מענטש. --פוילישער 11:15, 20 מערץ 2013 (UTC)
- אינטערסאנט זיין טאטע האסטו געשריבן אן ארטיקל, אבער דער זון וויבאלד ער איז נישט קיין חסיד אפילו סי.ען.ען. האט אים פרויפיילד איז דינא למחיקה...-- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 24.103.22.88 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- אדרבא, ווען איר קענט פארבעסערן דעם ארטיקל, וועל איך אפשר טוישן מיין שטים. --פוילישער 15:24, 21 מערץ 2013 (UTC)
- האלטן. ער איז יא א מערקווירדיגער מענטש. נייגעריגער (רעדן) 09:16, 29 אָקטאָבער 2014 (UTC)
- מיט וואס איז ער מערקווירדיק? --פוילישער 19:12, 30 אָקטאָבער 2014 (UTC)
- ער איז אוועק פון די חסידישע וועלט ווען ס'איז נאך כמעט נישט געווען אזא באגריף. אויך איז געוועזענער חסיד א סצענאר שרייבער א זעלטנהייט. נייגעריגער (רעדן) 20:49, 30 אָקטאָבער 2014 (UTC)