בתוך הגן
בתוך הגן א תורה בלעטל אויף די פרשת השבוע וואס פלעגט ערשיינען אין יאר תשס"ה דורך תלמידי ישיבה לצעירים ד'סאטמאר וויליאמסבורג.
עס האט זיך דערקענט אז עס ווערט געמאכט דורך יונגע אומערפאנע אומרייפע בחורים, און ספעציעל איז עס ארויסגעשווימען אין די עפענטליכקייט ווען זיי האבן בטעות אריינגעלייגט א אומ-מוגה'דיגע תורה פון סאטמארער רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים, וואס האט אויסגעקוקט כאילו ער זאגט אז מען געבט א שקל שלם אנשטאט א האלבע מחצית השקל.
עס האט דעמאלטס אויפגערודערט די היימישע גאס, און "דער בלאט" האט עטליכע וואכן אין א צו געמאכט געשמאקע צימעס דערפון, און ווי אויך א נאמען געגעבן זייער פורימ'דיגע ביילאגע יענע יאר "שקל שלם" לשמו ולזכרו.
דערנאך האט זיך עס פארמאכט פאר קנאפע צוויי יאר, און עס איז פריש ערשינען שבועות תשס"ז, דורכ'ן באקאנטן סאטמארער עסקן ר' יואל שטערנבערגער.