תענית בכורים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תענית בכורים איז א אידישער מנהג אז בכורים פאסטן ערב פסח (י"ד ניסן) פון צופרי ביז דער סדר נאכט. נישט אין אלע קהילות איז אנגענומען געווארן דער מנהג, צום ביישפיל ביי די תימנישע אידן איז עס בכלל נישט איינגעפירט.

היינטיגע צייטן פירן זיך רוב בכורים צו עסן ביי א סעודת מצוה (צום ביישפיל א סיום מסכתא) און נישט צו פאסטן, ווייל דער גאנצער תענית איז נאר א מנהג, איז א סעודת מצוה שטערקער ווי דעם, און אויב מען האט שוין ממילא געבראכן דעם תענית מעג מען שוין ווייטער עסן. עלטערן וואס האבן א קינד א בכור וואס קען נאכנישט פאסטן פירן זיך צו פאסטן אנשטאט דעם קינד.

די מקור און די טעם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער מקור פון דעם מנהג איז אין מסכת סופרים (פרק כא הלכה ג), דארט שטייט אז מען פאסט נישט אין חודש ניסן, נאר בכורים ערב פסח.

די טעם פון דעם מנהג ווערט נישט דערמאנט אין מסכת סופרים. דער אנגענומענער הסבר איז אז דער תענית איז א זֵכר צו דעם אז די בכורים פון די אידן זענען געראטעוועט געווארן פון מכת בכורות.‏[1]

הרב שלמה זלמן אויערבאך[2] זאגט אן אנדער טעם, אז אין דעם טאג קלאגן די בכורים אויף דעם וואס זייער עבודה אין דעם בית המקדש איז אריבערגעגאנגען צו די כהנים, און פארוואס פונקט ערב פסת. ווייל אין דעם טאג איז די עבודה פון די קרבנות געקומען צו איר קלימאקס, האט עס אויפגעוועקט די ווייטאג פון די בכורים, און זיי געברענגט צו פאסטן.

אויספאסטן דורך א סעודת מצוה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

תענית בכורים פאלט אוועק פאר א סעודת מצווה, און מען פירט זיך צו מאכן סעודות מצוה ערב פסח כדאי זיך ארויסצודרייען פון צו דארפן פאסטן (ווייל ווער עס עסט ביי א סעודת מצוה מעג שוין עסן אגאנצן טאג). געווענדליך איז די סעודת מצוה א סיום מסכתא פון תלמוד בבלי. אנדערע מעגליכקייטען זענען די סעודה פון א חתונה אדער פון א ברית מילה, אבער געווענדליך ניצט מען א סיום ווייל דאס טרעפט זיך די מערסטע.

עס זענען דא וואס זענען מסביר פארוואס מען פירט זיך צו מבטל זיין דעם תענית דורך א סעודת מצוה, ווייל פאסטן פאר א יום טוב איז חוקות הגוי.‏[3]

עס זענען פארהאנדן קהילות וואס דארט זענען די בכורים מקפיד צו פאסטן. אזוי פירט מען זיך אין צפון אפריקע און אויך אין דער ספרדישער קהילה אין אמסטערדאם, דארט קומט פאר באזונדערע מנינים מנחה פאר די בכורים, ווי זיי דאווענען אזויווי ביי א תענית ציבור (ד״ה זיי ליינען אין די תורה "ויחל משה" און זיי זאגן ענינו).

תענית בכורים פאר פרויען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן ת"ע, סעיף א') שטייט: "עס איז דא איינער וואס האלט אז א פרוי א בכורה פאסט אויכעט". און אויף דעם שרייבט די רמ"א: "און מען פירט זיך נישט אזוי", דאס הייסט אז די תענית איז נאר פאר מענער און נישט פאר פרויען. און די אשכנז'ישע קהילות פירן זיך ווי די רמ"א. אבער אין טייל ספרד'ישע קהילות פירט מען זיך אז א פרוי א בכורה פאסט אויכעט.

פארוואס פרויען זאלן נישט פאסטן. עס איז דא וואס זאגן אז די מצרי'שע פרויען זענען נישט געשטארבן,‏[4] אבער אין אנדערע מדרשים שטייט אז פרויען זענען יא געשטארבן.‏[5] דער ווילנער גאון אויפן שלחן ערוך זאגט, אז זיי זענען פטור פון פאסטן וויבאלד זיי זענען פטור פון פדיון הבן וואס דעס איז אויך א זכר אויף דעם וואס די אידישע בכורים זענען געווארן געראטעוועט.‏[6]

תענית בכורים אום שבת[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אויב געפאלט ערב פסח (י"ד ניסן) אום שבת, פאסט מען (אדער פטר'ט מען זיך דורך א סעודת מצוה) דאנערשטאג, י"ב ניסן. אסאך פוסקים (אזוי ווי די שולחן ערוך) האלטן אז אין אזא יאר דארף מען בכלל נישט פאסטן, אבער וויבאלד מען פירט זיך סייווי נישט צו פאסטן נאר זיך צו באטייליגן ביי א סעודת מצוה, פירט מען זיך אויך אזוי צו טון ווען ערב פסח געפאלט שבת.


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. חתם סופר או"ח שמ"ו. לפי טעם זה מוקשה למה מציינים בצום ולא בשמחה. ראו חתם סופר פסחים קח, א. שו"ת זכרון יהודה אורח חיים קל"ג. מקראי קודש פסח חלק ב', כ"ב.
  2. "הליכות שלמה" פרק שמיני הערה א'
  3. מנהגי מהר"י טירנא, הובא באוצר דינים ומנהגים.
  4. שמות רבה, פרשה ט"ו סימן י"ב. על פי חידושי הרש"ש.
  5. פסיקתא, שמות רבה פרשה י"ח סימן ג.
  6. וכן כתב בערוך השולחן סעיף ג'. ראו גם שולחן ערוך הרב בסימן זה.