ששון יחזקאל

פֿון װיקיפּעדיע
ששון יחזקאל
געבורט 17 מערץ 1860
באגדאד, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 31 אויגוסט 1932 (אלט 72)
פאריז, פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה איראק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הגביר סר ששון יחזקאל (חזקאל) (אויף אראביש: ساسون حسقيل, גענויע טראנסקריפּציע: סאסון חסקיל, 17טן מערץ 1860 - 31סטן אויגוסט 1932) איז געווען א ייד א שטאטסמאן, ביזנעסמאן, עקאָנאָמיסט און יוריסט פון איראקער אפשטאם. ער איז געווען א מיטגליד אין דער רעגירונג און פארלאמענט, און האט געדינט אלס איראק'ס ערשטער פינאנץ מיניסטער פון 1920 ביז 1925. באטראכט ווי דער פאטער פון פּאַרליאַמענט אין איראַק. צוזאמען מיט Gertrude Bell און Thomas Edward Lawrence, איז ער געווען צווישן די גרינדער פונעם מלכות איראק, און האט געהאט א דעצידירנדיקן וואָג אין דער עקאָנאָמיש און לעגאלער ארגאניזאציע פונעם ניי געגרינדעטן שטאַט.