לדלג לתוכן

שפיל פון טראנען

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא

שפּיל פון טראָנען (ענגליש: Game of Thrones) איז אַן אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע, געשאפן פון דוד בעניאף און דניאל ברעט ווייס און פראדוצירט דורך עיטש.בי.א (HBO). די זענדונג איז איינע אדאפטאציע פון דזש. ר. ר. מארטין'ס פאנטאסטישע ביכער-רייע, "א ליד פון אייז און פייער", און גענאנט נאך דער ערשטען טייל דערפון. "שפיל פון טראנען" לויפטע פון י"ג ניסן ה'תשע"א ביס פסח שני תשע"ט, אין אכט שטאפלען מיט דריי-און-זיבציג פאלגן אינסגעסאמט.

"שפיל פון טראנען" האט געוואונען נישט ווייניקער ווי 26 הויפטאנשאלטצייט-עמיס (Primetime Emmy), איין גאלדענער גלאב, צוויי סאטורן פרייזן. אינסגעזאמט, זי איז נאמינירט געווען פאר 510 פארשידענע פרייזן און האט געוואונען 190 דאפון. זי איז אויך עיטש.בי.או'ס ערפאלגרייכסטע זענדונג יע, אפילו מער פון "די סופראנא'ס", מיט 18.6 מיליאן צושויער פאר איינע פאלגע אין די פונפטע שטאפל, דורכשניטליך: אין די פיר פרידריקע שטאפלען איז דאס געווען 9.3, 11.6, 14.2 און 18.4 מיליאן צושויער, בעציהונגסווייזע. "שפיל פון טראנען" איז פארקויפט געווען פאר 170 לענדער ארום די וועלט.

די סעריע איז געווען הויכגעלויבט פון קריטיקער וועגן די דארשטעלונג פון א זייער קאמפליצירטע, פילשיכטיגע און ריאליסטישע האנדלונג און כאראקטער: די מעשה איז פאל מיט מוראלישע קאמפפע און צוואנגסלאגע, קיינער פון די העלדען/רשעים איז וועדער גאנץ גוט אדער שלעכט, און ס'דא איממער די ווידערשפריכליכע דיאלעקטיק צווישען גערעכטיגקייט אדער עהרע פון יענזייטס, און צוועקדינליכע, פראקטישע זארגען. "שפיל פון טראנען" איז אויך קריטיזירט געווען וועגן די שווערע און גראפישע דארשטעלונג פון געוואלט, זימה, עריות און מיתות משונות: שרעקליכע ייסורים זינד געווען געצייגט, און די פראדוצענטען האבן פארנאגראפי-שוישפילערינען איינגעשטעלט.

יואלי גרינפעלד האט באניצט א לאנגע מוסטער ("סאמפעל") אויס די סעריע'ס איינלייטונג-מוזיק ("אינטרו") אין זיינעם אלבאם Beats פון ה'תשע"ד, אין דער טייל Grand Intro.

אין די פאנטאסטישע וועלטטייל פון וועסטעראז, דער ווינטער און זומער דויערן לאנגע יאהרן. פונפצען יאהר פריהער, האט דער אדעל ראבערט באראתיאן געפירט אן אויפשטאנד געגן דער משוגע'דיקע קעניג אעריז, דער לעצטער הערשער פון הויז טארגארייען. יעצט איז ראבערט דער קעניג פון וועסטעראז'ס זיבן קעניגרייכע און זיצט אויף דען אייזערנער טראן. ער פאהרט צו זיין אלטער חבר עדארד סטארק, אחשדרפן פון די צפון'דיקער לענדער. דזשאן ערין, דער משנה-למלך, איז געשטארבן, און ראבערט ווילט וואס סטארק ווירד זיינער פלאץ נעהמען. עדארד אקצעפטירט און פאהרט צום הויפשטאט.

אין דער ווייטער צפון, הינטער די גרויסע אייסוואנד וואס פארטיידיקט די זיבען קעניגרייכע - אנגעבליך קעגן די שבטים פון בארבארן דארט - וואכן אויף די "ווייסע הולכים" (אורשפרינגליך, אין די ביכער: "די אנדערען"), קאלט-בלוטיגע, ווינטער-ברינגענדע שדים פון איינען אלטען צייט, וואס מ'האט שוין לאנג פארגעסן און זינד דערמאנט נאר אלס באבע מעשה'ס. זי גרייטען איינע נייע מלחמה קעגן די מענטשהייט. די "שווארצע וועכטער", די געשווארענע גארדע וואס פארטיידיקט די אייסוואנד, בעקעמפט זייט לאנגע יאהרן נאר די מענשליכע שבטים און איז שוואך. דזשאן שניי, עדארד סטארק'ס ממזר וואס דינט אלס א וועכטער, ערקענט ערשט די געפאהר.

איבער דעם מער, אין די וועלטטייל פון עסאס, לעבט די לעצטע חוטר פונעם הויז טארגארייען, אעריז'ס טאכטער דענעריז. זי הייראטעט חאל דראגא, א הויפטלינג פון די דאטראקן, א פאלק פון קריגערישע רייטער-נודדים, און הויפט וועסטעראז ווידער ילכוד צו זיין. זי באקומט אלס מתנה דריי פארשטיינערטע דראכען אייער, און באניצט שווארצע צויבעריי אום לעבענדיקע דראכן פון זי אויסבריטען, די ערשטע דראכן זייט שנות דור-ודור. אין דער הויפשטאט, ענטבלעסט עדארד דער שרקעליכע סוד פון קעניגין סערסעיי: זי האט מזנה געווען מיט איר ברודער דזשעיימי, און דעם קעניג ראבערט'ס קינדער זענען אלע ממזרים. אזוי הייבט אן א קייט פון געשעענישן וואס ענדעט אין א מלחמה צווישן די גרויסע אדעליגע נאך ראבערט'ס פטירה. סערסעיי'ס בכור, דזשאפרי, איז אינטערשטיצט פון זיין מוטער'ס משפחה, הויז לאניסטער. יעדער פון ראבערט'ס ביידע ברידער, סטאניס און רענלי, ווילט דער טראן פאר זיך. א גרויסע מלחמה פאנגט אן, אבער הינטער דער אייסוואנט ליגט נאך די גרויסרע בעדראהונג.

  • עמיליא קלארק אלס דענעריז טארגארייען - חאליסי, מוטער דער דראכן, ברעכערין דער כבלי ברזל. לעצטע שריד פון איר הויז, פארזוכט דען אייזערנע טראן פון וועסטעראז פאר זיך צו געווינען.
  • פיטער דינקלאדזש אלס טיריאן לאניסטער - פון הויז לאניסטער. א צווערג, פרוץ בעריות, זולל וסובא, אבער זייער קלוג און בקיא בחכמות. געהאסט און פאראכטעט פון זיין פאטער און אלע אנדערע, אבער איינער דער ווייניקע וואס עהרע האט.
  • קיט הארינגטאן אלס דזשאן שניי - עדארד סטארק'ס ממזר און שפעטער דער בעפעלסהאבר דער "שווארצע וועכטער".
  • מייסי וויליאמס אלס אריא סטארק - עדארד'ס קליינסטע טאכטער. מעהר א יונגל ווי א מיידל, ליבט וואפן און געפאהר.
  • סאפי טערנער אלס סאנסא סטארק - עדארד'ס גרויסרע טאכטער, פארלויבט מין פרינץ דזשאפרי.
  • שאן בין אלס נאד סטארק, אחשדרפן אין די צפון פאר קעניג ראבערט, און זיינער קינדהייטס'חבר און קריגסקאמראד. פאטער פון ראב, סאנסא, אריא, בראן און ריקון, און אויך (צומינדסט אנגעבליך) פון דער ממזר דזשאן. קומט נאך דרום צו דינען אלס משנה-למלך.
  • לאנא האידי אלס סארסי לאניסטער - די ווייב פון קעניג ראבערט און שוועסטער פון דזשעיימי און טיריאן לאניסטר. באגעט גילוי עריות מיט דזשייעמי.