א ליד פון אייז און פייער
א ליד פון אייז און פייער (ענגליש: A Song of Ice and Fire) איז א רייע פון פאנטאזיע-ביכער געשריבן דורך דזשארדזש ריימאנד ריטשערד מארטין, וואס זאל זיבן טיילן אומפאסן. ביז תשע"ג, זענען שוין פינף דערפון דערשינען. די ערשטע באנד איז ארויסגעגעבן געווארן אום כ"א אב ה'תשנ"ו. די רייע איז אדאפטירט ווי א טעלעוויזיע טראנסמיסיע, שפיל פון טראנען (Game of Thrones), וואס לויפט זייט תשע"א.
מיט איבער 28 מיליאן עקזעמפלארן פארקויפט[1] און איבערזעצונגען אין כמעט פערציק שפראכן, "דאס ליד פון אייז און פייער" האטע גרויסע ערפאלג ארום די וועלט. מארטין האט געווינען פיר לאקוס פרייזן; א סך ליטעראטור-קריטיקער האבן געלויבט זיין ארבעט פאר אירע רעאליסטישע שטיל און די טיפע, קאמפליצירטע כאראקטער פון די העלדען, וואס זינד נישט פלאך גוט אדער שלעכט. יעדער פון זי איז געצייגט נישט דורך אן אלוויסענדער דערציילער, ווי אין די מייסטע זולכע ווערקע, זאנדערן פון זיינער אייגענע הינזיכט. א זוי זעט דער לייענער די געשיכטע פון פילע זייטן, און פארשטייט ווי פארשידענע כאראקטער באטראכטען דיזעלבע זאכן זייר אנדערש.
מארטין האט באקומען השראה הויפטזעכליך פון דער געשיכטע דער מיטל אלטער. אין זיינע ביכער ס'דו ריטערן, שלאסן און אנדערע מערקמאלן פון פעאדאליזם. די קאמף אום דעם קעניג'ס טראן אין באזירט, צום ביישפיל, אויף דער רויזן-קריג אין ענגלאנד (ה'רט"ו - ה'רמ"ה) און די הונדערט-יעריגע מלחמה. ער איז באאיינפלוסט געווען אויך פון די קרייצצוגן.
די זיבען ביכער זענען:
- א שפיל פון טראנן (A Game of Thrones; תשנ"ו)
- די צוזאמענשטויס דער קעניגע (A Clash of Kings; תשנ"ח)
- די שטורעם דער שווערדען (A Storm of Swords; תש"ס)
- א משתה פאר די קרעהען (A Feast for Crows; תשס"ה)
- א טאנץ מיט דראכען (A Dance with Dragons; תשע"א)
- די ווינטן פון ווינטער (The Winds of Winter; קומענדיק)
- א חלום פון פרילינג (A Dream of Spring; קומענדיק).
די געשיכטע האנדעלט פון א פאנטאסטישע וועלט ווו דער ווינטער און זומער דויערן יארן. פאר הונדערטער יאר, די זיבען קעניגרייכן פון די וועלטטייל וועסטעראז זינד געווען באהערשט פון די קעניגע דער טארגארייען דינאסטיע און אירע פייער-אטעמען דראכען. שפעטער, האטן די דראכען אויסגעשטארבן געווארען. אעריז, דער לעצטער טארגארייען מלך, איז געווען משוגע און אכזר. צוויי יונגע אדעלייט, ראבערט באראתיאן און עדארד סטארק, האבן געפירט אן אויפשטאנד קעגן אים. ראבערט איז געווארן קעניג און האט גענומען דעם אייזערנער טראן פון וועסטעראז.
פופצן יאר שפעטער, איז עדארד גערופן אין דער הויפטשטאט, אום צו דינען אלס ראבערט'ס משנה למלך. ער אנטפלעקט דער שרקעליכע סוד פון קעניגין סערסעיי: זי האט געמאכט גילוי עריות מיט איר ברודער דזשעיימי, און דעם קעניג'ס קינדער זענען אלע ממזרים. אזוי הייבט אן א קייט פון געשעענישן וואס ענדעט אין א מלחמה צווישען די גרויסע אדעליגע נאך ראבערט'ס פטירה. סערסעיי'ס בכור, דזשאפרי, איז אינטערשטיצט פון זיין מוטער'ס משפחה, הויז לאניסטער. יעדער פון ראבערט'ס ביידע ברידער, סטאניס און רענלי, ווילט דער טראן פאר זיך. אריבער די ים פארזוכט אעריז'ס טאכטער, דענעריז, אן ארמיי אויפצושטעלען אום איר טאטע'ס טראן איין נעמען. זי באקומט אלס מתנה דריי פארשטיינערטע דראכען אייער, און באניצט שווארצע צויבעריי אום לעבענדיקע דראכן פון זי אויסבריטען. אין דער ווייטער צפון, וואכן "די אנדערן" - שדים פון אן אלטע צייט, וואס מ'האט שוין לאנג פארגעסן און זינד דערמאנט נאר אלס באבע מעשה'ס - און גרייטן א נייע מלחמה קעגן די מענטשהייט. דזשאן שניי, עדארד'ס ממזר, דינט אלס וועכטער אויף די אייזוואנד אם צפון און איז דער ערשטער וואס ערקענט די געפאר.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער מחבר'ס וועבזייטל (ענגליש).