שמואל אהרן דייטש
רבי שמואל אהרן דייטש (ה'תרמ"ב - ה'תש"ד) איז געווען דער משמש און פערזענליכער שוחט ביי רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר און דערנאך אין מישקאלץ. ער איז אוועק ביים קריג.
קינדער יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]החסיד רבי שמואל אהרן איז געבוירן אומגעפער אין יאר ה'תרמ"ב צו זיין טאטע החסיד רבי יעקב חיים שו"ב אין לאצא נעבן אוהעל, און צו זיין מאמע שיינדל. ער האט חתונה געהאט האט ער מיט מרת רחל מלכה א טאכטער פון החסיד רבי שלום יוסף וויינבערגער שו"ב אין מונקאטש, די חתונה איז פארגעקומען אין מונקאטש בדר"ח אלול יאר ה'תרס"ב, נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין מונקאטש דארט האט ער זיך געלערנט שחיטה, און ער איז גאר נאנט געווארן מיט רבי צבי הירש שפירא רב פון מונקאטש בעל דרכי תשובה,
אין יאר ה'תרס"ו בערך איז רבי שמואל אהרן געווארן אויפגענומען אלץ שוחט אין סאבראנץ וואס איז געווען א קוהר ארט,
אין סאבראנץ איז ער געווען שוחט פאר בערך פינעף יאר, דערנאך איז ער געווארן אויפגענומען אלץ שוחט אין קערעסטיר ביי רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר, און דארט איז ער גאר נאנט געווארן מיט רבי ישעילע און ער איז געווען זיין רעכטע האנט, רבי שמואל אהרן'ס קינדער זענען געווען ווי קינדער ביי רבי ישעיה׳לע,
פאר אכצען יאר האט ער געדינט אלס שוחט אין קערעסטיר, און נאך די פטירה פון רבי אברהם שטיינער פון קערעסטיר דער זוהן פון רבי ישעילע איז ער געווארן אויפגענומען געווארן אלס שוחט אין די ספרדישע קהילה אין מישקאלץ אין שפיץ פון הגאון המפורסם רבי חיים מרדכי יעקב גאטליב דער יגל יעקב,
אנדערע גרעסערע קהילות האבן אים עטליכע מאל געבעטען צו דינען אלס זייער שוחט, און רבי שמואל אהרן איז זיך געגאנגען דורכרעדן מיט רבי ישעילע, רבי ישעילע האט זיך ארויסגעדריקט אז "קערעסטיר", איז קערעסטיר נאר ווי לאנג ער (רבי ישעילע) לעבט, און טאקע אביסל שפעטער נאך וואס רבי ישעילע איז אוועק איז די מישקאלצער קהילה געקומען בעהטן רבי שמואל אהרן צו ווערן זייער שוחט, און דעמאלטס האט ער עס אנגענומען. אין מישקאלץ האט ער געדינט ביזן קריג.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער פון מרת רחל מלכה זענען:
- לאה, די ווייב פון יצחק יהודה בוים הי"ד פון טיסא עסלאר, געבוירן אום כ"ז תמוז יאר ה'תרס"ג אין שטאט מונקאטש
- פרומה רבקה, געבוירן אום י"ד שבט אין יאר ה'תרס"ה אין שטאט מונקאטש, זי ווערט גערופן נאך די ווייב פון רבי שלמה שפירא דער שם שלמה פון מונקאטש.
- יענטא, די ווייב פון ר' אברהם פישמאן הי"ד פון באלדאווא נעבן מישקאלץ, געבוירן אום כ"ד כסליו יאר ה'תרס"ז, אין שטאט סאבראנץ.
- רבי חנניה יום טוב ליפא דייטש פון העלמעץ בעל טהרת יום טוב, געבוירן אום ג' מנחם אב יאר ה'תרס"ח, ער ווערט גערופן נאך רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים דער קדושת יו"ט.
- יהודה יהושע , געבוירן אום י"ג ניסן יאר ה'תר"ע אין קערעסטיר,
- שינדל, געבוירן אום י"ט אדר יאר ה'תרע"ב אוועק אפאר חדשים שפעטער.
- רבי יצחק צבי דייטש די רב פון סענדרא און נאכדעם אין דעטרויט בעל שיח יצחק, געבוירן אום י"ב סיון יאר ה'תרע"ג אין קערעסטיר.
- שרה שינדל געבוירן אום ט"ו אייר יאר ה'תרע"ז אין קערעסטיר.
- פרידא געבוירן אום ה' אדר א' יאר ה'תרע"ט.
קינדער מיט זיין צווייטע ווייב
- משה, געבוירן אום ו' תשרי יאר ה'תרפ"ד אוועק צוואנציג טעג שפעטער.
- רחל מלכה, אשת רבי סענדער דייטש ראש הקהל אין קהילת סאטמאר, געבוירן אום אסרו חג סוכות יאר ה'תרפ"ה אין קערעסטיר, זי טראגט דעם נאמען פון זיין ערשטער ווייב.
- אסתר אשת הרב דוד בנציון קליין די רב פון יסודות אין ארץ ישראל בעל שו"ת תהלות דוד, געבוירן אום י"ג אדר יאר ה'תרפ"ז אין קערעסטיר.
ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע רבי'ס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געלערנט האט רבי שמואל אהרן אין די ישיבה פון רבי שמואל בראך אין נירמאדע, דערנאך איז ער אריין אין דער ישיבה פון רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים פון סיגוט דער קדושת יום טוב, אזוי אויך האט ער אסאך מקבל געווען פון רבי צבי הירש שפירא דער דרכי תשובה פון מונקאטש.