לדלג לתוכן

חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים)
חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים
רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים דער קדושת יו"ט
רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים דער קדושת יו"ט
געבורט 22 מאי 1836
ו' סיון ה'תקצ"ו
סטראפקאוו, סלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 פעברואר 1904 (אלט 67)
כ"ט שבט ה'תרס"ד
סיגעט, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט סיגעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער יקותיאל יהודה טייטלבוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים יואל טייטלבוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מצבה רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים

רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים, אויך געשריבן רבי חנניה יו״ט ליפא טייטלבוים, (ו' סיון ה'תקצ"ו - כ"ט שבט ה'תרס"ד), רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער ״קדושת יום טוב״.

רבי חנניה יו"ט ליפא איז געבוירן צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ״ייטב לב״, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ״ישמח משה״, און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.

אין יאר ה'תרכ"ד איז רבי חנניה יו"ט ליפא אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש, ער איז געווען דארט רב ניינצן יאר. אין יאר ה'תרמ"ג האט ער איבערגענומען דאס רבנות און רביסטעווע פון סיגעט.

קדושת יום טוב

רבי חנניה יו"ט ליפא איז נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרס"ד.

רבי חנניה יו"ט ליפא האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנשה רובין, רב אין ראפשיץ.

בזיווג שני האט ער געהייראט (מיט א היתר מאה רבנים) מרת חנה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

נאך דער פטירה פונעם קדושת יו"ט אין יאר תרס"ד, האט זיין עלצטער זון רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער עצי חיים ממלא מקום געווען, דער עצי חיים איז געווען דער פאטער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים זצ"ל נפטר תשס"ו. ווען דער עצי חיים איז אין יונגען עלטער פון 46 פלוצלינג נסתלק געווארן האט זיין זון רבי יקותיאל יהודה הי"ד, וואס איז נאך דעמאלטס געווען א בחור פון 14 יאר, ממלא מקום געווען דאס רבנות אין סיגעט. ער איז געווען דארט רב ביז דער דעפארטירונג, אייר תש"ד.

  • לוי גראסמאן (תש"ג). שם ושארית. 
  • יצחק אלפסי (תשנ"ה). החסידות מדור לדור. מכון דעת יוסף. 
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר