ישעיה שטיינער
געבורט | 1851 |
---|---|
טויט |
1925 (אלט 74 בערך) קערעסטיר, אונגארן |
פאך | רב |
רבי ישעיה שטיינער (באקאנט ווי ר' ישעיה'לע קערעסטירער) (ה'תרי"ב (1852) - ג' אייר ה'תרפ"ה (1925)) איז געווען דער גרינדער פון דעם קערעסטירער חסידות.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישעיה׳לע איז געבוירן געווארן צו צו זיין פאטער ר' משה שטיינער און זיין מוטער מרת הענטשע מרים שטיינער אינעם דארף זבאראוו לעבן בארדיאוו (היינט אין סלאוואקיע). זיין פאטער איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען אלט דריי יאר. ביי די צוועלף יאר האט זיין מוטער אים געשיקט צום ליסקער רבי׳ן, רבי צבי הירש פרידמאן, מחבר פונעם ספר "אך פרי תבואה" און פון די פירער פון חסידות אין אונגארן אין די ת״ר יארן, ביי וועמען ער געווארן גבאי.
ערב שבת פ׳ תזריע, ד' ניסן ה'תרל"ה האט ער חתונה געהאט מיט מרת שרה, טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק פון מאד. די חתונה איז פארגעקומען אין ליסקא, כדי דער “טל חיים“ זאל קענען זיין דער מסדר קידושין.
זיינע קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי אברהם שטיינער פון וועלכע עס זענען פארבליבן אסאך אייניקלעך, צווישן זיי ציילן זיך הרבנים גראס לבית קערעסטיר ובערבעשט.
- מרת רבקה פייגא קליין די ווייב פון הרב ראובן חיים קליין אב״ד סנינא
- מרת רחל לאנדא די ווייב פון הרב ר׳ ישראל אברהם אלטער לאנדא אב״ד עדעלין
- מרת קריינטשא גראס די ווייב פון הרב שמואל גראס אב״ד קראלי ראיתי איפה שזה טעות והיא הייתה אשת ר נפתלי גרוס אח של ר שמואל
זיינע רבי'ס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אחוץ זיין רבי׳ן רבי הערשעלע ליסקער פלעג ער פארן צו רבי מאטעלע נאדווארנער און רבי שמואל פרנעקל פון דאראג. רבי מאטעלע נאדווערנער האט אים מסמיך געווען צו זיין דער ממלא מקום פון זיין רבי‘ן רבי הערשל‘ע ליסקער און אנהויבן פירן אן אייגענע עדה, זאגנדיג “אין הימל האט מען אויסגערופן אז ישעי‘ זאל ערפוהלן דאס פלאץ פון זיין רבי‘ן פון ליסקא“.
ער האט געפירט זיין רביסטעווע אין קערעסטיר, לעבן מישקאלץ.
נאך זיין רבינ׳ס פטירה פלעג ער חתמ׳ענען זיך ״דער משמש פונעם ליסקער רבי׳ן[2].
זיין פטירה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר' ישעי'לע איז נפטר געווארן (פון א פארגיפטיגונג וואס ער האט באקימען דורכן אריינטרעטען אין א ראסטיגע נאגל זייענדיג אין צאנז אויפן יומא דהילולא פון די בודקעס וואס מ'האט דארט אויפגעשטעלט) אום יום ג‘ אייר שנת תרפ“ה אין קערעסטיר.
צו דער לוי‘ פון רבי ישעי‘לע זענען זיך צוזאם געקומען טויזנטער אידן פון אלע געגנטער ארום קערעסטיר. יעדער האט באגלייט מיט גרויס געוויין. דער עולם איז געווען אזוי גרויס אז ס‘איז נישט געווען מעגליך צו פירן דעם נפטר צו דער מקוה אים צו טובל‘ען פאר דער קבורה. דערפאר זענען שנעל געקומען מענטשן וואס האבן שנעל אויף געגראבן א מקוה אינעם הויף ווי דער צדיק האט געוואוינט און מ‘האט אים דארטן גע‘טובל‘ט. ביי דער לוי‘ זענען נישט געזאגט געווארן קיין הספדים ווייל אזוי האט רבי ישעי‘לע געהאט פארלאנגט. דארט האט זיך אויך באטייליגט א גוי, דער פאסט טרעגער פון קערעסטיר. און ער האט דערציילט: “אזוי ווי איך פיהר דא אין געגנט אלע פאסט וואס קומט און גייט, קען איך עדות זאגן אז דער ראבינער ר‘ ישעי‘ האט געשיקט בריוון מיט אסאך געלט צו אסאך פלעצער ארום דער וועלט צו העלפן מענטשן, און טאקע אמת אז אסאך מענטשן האבן אים אויך געשיקט געלט, אבער ס‘קומט בכלל נישט צו, צו די סומעס געלטער וואס דער ראבינער האט ווייטער געשיקט, ווייל ער האט אוועק געשיקט אסאך מער געלט ווי ער האט באקומען“. זיין נוסח המצבה האט געשריבן איש ימינו החסיד רבי שמואל אהרן דייטש הי"ד שו"ב וואס האט געדינט אלס זיין פריוואטער שוחט און ש"ץ.
סגולה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען גלייבט אַז הענגען אַ בילד פֿון רב ישעי׳עלע קערעסטירער איבער דער טיר באַהיט די אידישע היים פֿון מײַז און אַנדערע מינים אָנשיקענישן.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]http://kehilalinks.jewishgen.org/Bodrogkeresztur/Welcome.html