שמאלץ

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שמאלץ פון א גאנדז

שמאלץ איז פעטנס ארויסגענומען פון א הינדל אדער א גאנדז. מען ניצט עס צו פרעגלען אדער אנשמירן אויף ברויט. עס איז זייער אן אויפגעכאפטער עסנווארג אין דער אידישער קיך.

דא צו פראדוצירן טוט מען אפשניידן די פעטע הויט טיילן פונעם פויגל צו קליינע שטיקלעך, און מען פרעגלט זיי אין א טאפ אויף א מעסיגע פלאם, און פון די שטיקלעך הויט ווען זיי זענען קריספי און ברוין, ווערט עס '''גריווען''', אדער ווי מ'רופט עס 'שוויסקעס'. און פון די פליסיגקייט וואס ווערט אויל, לייגט מען אין א פלעשל, וואס מ'נוצט צום קאכן און דאס גלייכן.

די גריוועלעך עסט מען צומאל מיט קארטאפל און ציבעלע, אדער מיט קאשע און לעבערלעך. עס איז א טייל פונעם אייראפעאישער יודישער קאך, ספעציעל אום פסח, ווען פרומע לייט וואס נוצן נישט קיין אויל אום פסח - אלץ א חומרא, נוצן אנשטאט דעם בלויז שמאלץ אויל.

אנדערע טייטשן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • שמאלץ הערינג
  • אין דער ענגלישער שפראך אין אמעריקע איז דאס אריבער פון יידיש און מען נוצט דאס צו דראמאטאזירן אזאך ווי א מאווי אדער די גלייכן, עס איז געווען א שמאלציגע מאווי.