לדלג לתוכן

שינדלערס ליסטע

פֿון װיקיפּעדיע
שינדלערס ליסטע
Schindler's List
באזירט אויף "תיבת שינדלער" פֿון טאָמעס קענילי
רעזשיסאר סטיווען ספילבערג
פראדוצירער סטיווען ספילבערג
בראַנקאָ לוסטיג
דזשעראַלד אַר. מאָלטן
לעוו ריווין
סצענארשרייבער סטיווען זייליען
אקטיארן ליעם ניסאָן
בען קינגסלי
רייף פֿיינס
מוזיק דזשאָן וויליאַמס
רעדאקטירונג מיכאל קאַן
פארשפרייטער יוניווערסאַל פֿילמען
לענג 195 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
העברעאיש
דייטש
פויליש
בודזשעט $25 מיליאָן (השערה)

שינדלערס ליסטע (ענגליש: Schindler's List) איז א היסטארישער חורבן אייראפע פילם וועגן אסקאר שינדלער, א פאלקסדויטשער ביזנעסמאן פון טשעכיי, וואס האט געראטעוועט א טויזנט פוילישע יידן פון אויסמארד אין חורבן אייראפע, ווען ער האט זיי באשעפטיגט אין זיין פאבריק.


דער פילם איז געמאכט געווארן דורך סטיוון ספילבערג, עס שפיעלט אויס די היסטארישע געשיכטע. ווען די נאציס האבן אויפגעשטעלט די קראקעווער געטא, איז אסקאר שינדלער וואס איז דעמאלט געווען פאר'רעכענט אלץ נאצי מיטגליד, געקומען קיין קראקע צו פארדינען מיט א פאבריק. צוליב געוויסע סיבות, האט ער אונטערגעשמירט די נאצי אפיצירן אויפשטעלן זיין פאבריק און אנשטעלן יידן צו ארבעטן דארט.

ער האט אויסגעארבעט א רעטונגס פלאן, און ער ווערט היינט פאר'רעכענט אין די היסטאריע ביכער, אלס איינע פון די חסידי אומות העולם. ווען די נאציס האבן ליקווידירט די געטא אין פלאשעוו, האט שינדלער געשאפן א "ליסטע" פון יידישע ארבעטערס וואס ער האט געדארפט אריבערפירן אין טשעכיי, און מיט דעם האט ער זיי געראטעוועט.

דער פילם איז גאר א גאנגבארער פילם, און פון די בעסטע פון די פילמען וועגן חורבן אייראפע. עס האט געוואונען דער אסקאר פרייז פון 1993.