שטות

פֿון װיקיפּעדיע

שטות

שוטה הייסט אזא סארט משוגענער, א מענטש וואס זיין שכל איז נישט גלייך און איז נישט מיושב.

אין די הלכה געפינען מיר סימנים ווען א מענטש הייסט א שוטה: איינער וואס גייט אליינס ביינאכט. ער נעכטיגט אין א בית הקברות. ער צורייסט זיינע בגדים. ער פארלירט וואס מען גיט אים.

לויט די הלכה איז א שוטה פטור פון אלע מצות, ער איז נישט באגלייבט ביי משא ומתן, ער קען נישט זוכה זיין און נישט מזכה זיין (שו"ע חו"מ סי' רל"ה ס"ב). א שוטה האט אויף א פראבלעם ביים זיך געטן וויבאלד זיין גט איז נישט קיין גט, און א פרוי א שוטה קען נישט מקבל זיין זיין א גט. (כתובות קיב. יבמות קיג:).

די משנה (בבא קמא) זאגט חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה, עס איז אך און וויי ווער עס הייבט אהן מיט א שוטה, ווען ער שעדיגט איינעם איז ער נישט מחויב צו באצאהלן, אבער ווען מען שעדיגט אים איז מען אים מחויב צו באצאלן.

עס איז אויך דא א זאך ווי עתים שוטה עתים חלומה, אמאל איז ער שוטה אמאל איז ער געזונט, פון דאנעט נעמט זיך דאס ווערטל וואס מען זאגט אויף א מענשט וואס איז אביסל נארמאל, ער איז עתים.

אין דער גמרא (גיטין סח:) שטייט, א שוטה זאגט נישט איבער א זאך יעדן טאג, דאס הייסט אויב איינער זאגט איבער יעדן טאג די זעלבע נארישקייט, און מען ווייסט נישט צי ער איז א שוטה אדער נישט דארף מען חייש זיין אפשר איז ער גערעכט, אזוי האט מען געטראפן אז שלמה המלך איז דער מלך נישט אשמדאי.