רייט ברידער
דעם ארטיקל דארף מען רעדאקטירן.
טוט פֿאררעכטן גרײַזן אין גראמאטיק, אויסלייג און סטיל אין דעם ארטיקל. דערנאך קענט איר אראפנעמען דעם מוסטער.
די רייט ברידער, ווילבור און אָרוויל (ענגליש: Wilbur and Orville Wright) זענען געווען צוויי אמעריקאנער ברידער וואס ווערן קרעדיטירט אין די היסטאריע פון אוויאציע אלס די ערפינדער פון פליגער.
די רייטס האבן זיך געפירט זייער גלויביג, וו.צ.ב. די ברידער זענען קיינמאל נישט געפלויגן זונטאג און האבן אין יעדע וועטער און מצב געטראגן זייער פולע טראדיציאנעלע קליידונג אריינגערעכנט די הוט מיט וואס מ'זעהט זיי אויף די בילדער.
פריע קאַריערע און פאָרשונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די צוויי רייט ברידער, ווילבור און אָרוויל, האבן אינאיינעם געוואוינט אין Dayton, אהייא אינאיינעם מיט א שוועסטער (אויך האבן זיי געהאט צוויי עלטערע ברידער, אבער די צוויי האבן געוואוינט עקסטער), זייער טאטע האט געדינט אלס א בישאף אין א קריסטליכע קירכע, זייער מאמע איז אין 1889 געשטארבן פון טובערקולאז און די משפחה האט זיך געפירט זייער אייגענעם לעבן אין א הייזל אין Dayton.
אין א צופאל וואס האט מעגליך געטוישט די אויסגאנג פון היסטאריע, איז פאר ווילבור ארויסגעהאקט געווארן די אויבערשטע רייע פון ציינער ביי די 18 יאר בשעת'ן שפילן עפעס א ספארט, און צוליב דעם האט ער אפגעלייגט זיינע פלענער פון גיין שטודירן אין א קאלעדזש נאר איז געבליבן כלוא בבית פאר די קומענדיגע דריי יאר און עווענטועל געגרינדעט א ביציקל שאפ אינאיינעם מיט זיין ברודער אין Dayton. אין זייער זייטיגע צייט האבן זיי גענוצט די שאפ זיך אפצוגעבן מיט זייער האבי, וואס איז געווען צו ערצייגן פארגעשריטענע גליידערס צו קענען נוצן פאר געהעריגע טראנספארטאציע.
ס'זענען פארהאן עטליכע סיבות פארוואס די רייט ברידער זענען געווען מער דערפאלגרייך ווי אנדערע וועלכע האבן עס שטודירט און פרובירט לענגער ווי זיי, די צוויי הויפט סיבות זענען: ערשטנס, אינדערצייט וואס אנדערע זענען שוין געווען עקסייטעד אז ס'איז דא א גליידער און מ'דארף נאר טרעפן א פאסיגע ענדזשין וואס זאל עס קענען שלעפן, האבן די Wrights ענדערש געלייגט א דגוש צו אהערשטעלן א גליידער אויף וועלכע מ'קען האבן גוטע קאנטראל אין אלע ריכטונגען (ארויף אראפ און זייטיג), די אויפטרעף פון די פאסיגע ענדזשין האט שוין נאכגעפאלגט. צווייטנס, האבן די Wrights זייער פארזיכטיג געטעסט יעדע מאדעל אויף פארשידענע אופנים, הויפטזעכליך דורך א Wind-tunnel וואס זיי האבן אויפגעשטעלט אין זייער היים, דורפירנדיג טויזנטער קלענערע און גרעסערע טעסטס. אבער מער איבער דעם אין א נאכפאלגנדע חלק אין די סעריע איבער Aerodynamics.
די ברידער האבן באקומען כסדר'דיגע מאטיוואציע און אסאך פראקטישע אנווייזונגען פון א אינדזשעניר מיטן נאמען Octave Chanute מיט וועם זיי האבן פארטוישט הונדערטע בריוון דורכאויס די יארן. Chanute איז געבוירן אין פראנקרייך, אבער אימיגרירט מיט זיינע עלטערן קיין אמעריקע ווען ער איז געווען 6 יאר אלט, ער האט געהאט א שטארקע אינטערעסע אין אוויאציע, און נאכגעפאלגט די העלדן אין דעם הינזיכט. Chanute האט אנגעוויזן פאר די Wrights וועלכע מאדעלן גליידערס נאכצומאכן פאר די שטערקסטע שאנס פון סוקסעס.
פליען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר 1899 האבן זיך די פאקטישע פראבעס אנגעהויבן, אמערסטנס אויף מיניטשור פראטא-טייפס פון גליידערס, און די גרעסערע האט מען געפירט ווי מ'פליעט מיט א קייט - אגעהאלטן דורך שטריק פון די אונטן. זייער שטעטל אין אהייא איז נישט געווען די פאסיגע פלאץ וואו דורכצופירן זייערע טעסטס אויף די גרעסערע גליידערס, סיי די צושטופקייט פון די פלאץ און ווי אויך די ווינטן האבן נישט צאמגעשטעלט די בעסטע טעקסטשור פאר א טעסט סייט. אויף די ראהט פון נאציאנאלע וועטער עקספערטן האבן זיי אויסגעקליבן די בארטן-שטאט Kitty Hawk, נארט קאראליינע צו דורכפירן זייערע פראבעס. די Wrights האבן אויך אין באטראכט גענומען די זאמטיגע בארטענעס אין Kitty Hawk וועלכע קענען דינען אלס א נאטורליכע קישן אין פאל פראבעס גייען נישט גוט.
אין הערבסט פון 1900 האבן זיך די Wrights אריבערגעפעקלט קיין Kitty Hawk מיטשלעפנדיג זאפאסן פון מאטריאל אויף דעם לאנגן 650 מייל'יגן וועג. די טעסט זענען געווען היפש סוקסעספול, זיי זענען מייסטנס געגאנגען אין די פיסטריט פון א בארימטן גערמאנישער גליידער-אינדזשעניר Otto Lilienthal נוצנדיג זיינע מאדעלן אבער מיט פעסטע אימפראוומענטס פון זייערע אייגענע חידושים. זיי האבן זיך אומגעקערט אהיים מיט פרישע חשבונות וויאזוי צו פארבעסערן די גליידערס, ביי דעם שטאפל האבן זיי געהאלטן אז מיט ברייטערע פליגלען וועט עס האבן א בעסערע קאנטראל. דורכאויס די קומענדיגע חדשים האבן זיי טאקע געארבעט צו ערצייגן גליידערס לויט די ידיעות וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט און זיך געגרייט אויף א פרישע רייזע אין די זומער פון 1901. די ברידער האבן געארבעט זייער פלייסיג און זייער שטיל, זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז די וועלט איז אין א געיעג צו דערגרייכן דאס זעלביגע וואס זיי זוכן צו דערגרייכן, און זיי זענען געווען אנטשלאסן צו זיין די געווינער. זיי האבן זייער ווייניג מיטגעטיילט מיט סיי וועם, און אויסער דעם אויבערדערמאנטן Chanute האבן זיי נישט צוגעלאזט קיין צושויער ביי זייערע טעסט.
אין 1901 האבן זיך די ברידער צוריקגעקערט קיין Kitty Hawk מאטיווירט צו ארבעטן און ערצייגן. זיי האבן געליטן גאנץ א שטארקע אנטוישונג ווען זייער גליידער מיט פליגלען פון 22 פיס לאנג האט נישט קאאפערירט אין די טעסטס. א סיסטעם וואס זיי האבן ערפינדן גערופן Wing warping מיט וועלכע מ'האט געדארפט צו קענען קאנטראלירן די ריכטונג פון די גליידער, האט זיך אינגאנצן נישט אויסגעארבעט. זיי האבן באשלאסן אז די מהלך פון די ליליענטאל געבוי איז נישט אינגאנצן ריכטיג און זיי דארפן מאכן נאך אייגענע טעסטינגס אינדערהיים צו טרעפן די ריכטיגע געבוי פאר זייער פלי מאשין. (ליליענטאל זעלבסט איז געשטארבן פון א גליידער קרעש אין בערלין אין יאר 1896). אנטוישט אבער נישט מיואש האבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין אהייא פריער ווי ארגינעל געפלאנט און זיך גענומען בויען א Wind tunnel (א לאנגע ברייטע פייפ אין וועלכע מ'בלאזט דורך לופט מיט א פען וכדו' און מ'נוצט עס צו אויספראבירן די עפפקטס ווען זאכן פליען אין די לופט) דורך וועלכע זיי האבן געמאכט פארשריט אין זייער שטודיעס.
זייער דריטע הערבסט פון פראבעס אין 1902 איז געווען א שטארקע סוקסעס און זיי האבן זיך שוין ערלויבט אליין צו פליען אין די גליידער ליגנדיג אויף די בויך מיטן פנים אראפ. זייער פריינט Chanute איז ווידער געקומען פון זיין וואוינארט אין שיקאגא מיטצוהאלטן די פראבעס און זיי אנגעהויבן שטופן זיך צו נעמען זוכן א פאסיגע מאטאר פאר זייער פלי-מאשין.
קראפט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי שוין געשריבן אויבן האבן זיך די Wrights נישט געיאגט מיטן געבן מאשין-קראפט פאר זייער גליידער, זיי האבן צום ערשט געוואלט זעהן אז ס'פליעט ווי ס'דארף צו זיין און ווערט אויסגעארבעט צו קענען פולשטענדיג קאנטראלירט ווערן דורך א מענטש וואס זיצט\ליגט דערין. אבער יעצט ווען Chanute האט זיי שוין רעקאמענדירט עס צו טוהן האבן זיי זיך גענומען צו די ארבעט. זיי האבן געוואוסט פונקטליך וואס זיי זוכן, אן ענדזשין מיט די מאקסימום קראפט צו קענען שלעפן דעם מאשין מיט א מענטש אין איר, אבער מיט די מינומום וואג כדי נישט צו פארשווערן אין די לופטן. זיי האבן זיך געוואנדן צו קאר פראדוצירער מיט זייער פארלאנג אבער האבן נישט אזוי שנעל געטראפן איינער וואס זאל קענען צושטעלן וואס זיי זוכן. במקום שאין איש האבן זיי זיך אליינס אראפגעזעצט און געשרין א בלו-פרינט פון אן ענדזשין פונקטליך לויט זייער חלום און געגעבן די ארבעט פאר זייערס אן ארבעטער אין די ביציקל-שאפ מיטן נאמען Charlie Taylor עס צו בויען. טשארלי האט טאקע סוקסעספול באוויזן אהערצושטעלן דעם ענדזשין אין א קנאפע צוויי וואכן, און די Wrights האבן זיך געגרייט עס צו נוצן אינעם קומענדיגן פראבע-סעזאן, אינעם זומער פון 1903.
צוריק קיין פאריז איז דער עולם אויך נישט געשלאפן, די חברה האבן פעסט געארבעט זיך צו ארויפצוכאפן אויפן וואגן. די גרעסטע שאנס פאר סוקסעס האט ווארשיינליך געהאט א פראנצויזישער אפיציר מיטן נאמען Ferdinand Ferber. פערבער האט שוין ערצייגט עטליכע רעלאטיוו סוקסעספולע גליידערס און שוין געהאלטן גאנץ ווייט אין די ארבעט צו טרעפן א גוטע מאטאר פאר זיי. פערבער איז אויך געווען אין נאענטע פארבינדונג מיט Chanute און פון אים געהערט די פארשריט וואס די Wrights מאכן. Chanute האט אויך ארויסגעגעבן סודות\יסודות אויף וועלכע די Wrights האבן געבויעט און פערבער האט עס אנאליזירט און באטראכט צו נוצן. ער איז שוין אבער אנגעקומען צו שפעט אינעם שפיל…...
ערשטער פּאַוערד פלי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פארלאזנדיג זייער שטוב אין סעפטעמבער פון 1903 ווען זיי שלעפן מיט זיך שטאף אהערצושטעלן א פול-איינגערישטע מאטאריזירטע גליידער, זענען די Wrights געווען זיכער ביי זיך אז אהיים קומען זיי שוין אלס געווינער. זיי האבן איבערגעלאזט ביי זייער עלטערע ברודער א פרעסס-קיט מיט אינפארמאציע, דאקומענטן און בילדער פון זייערע ערפינדונגען און אים אנגעזאגט אז ווען זיי שיקן א טעלעגראם אז זיי האבן דורכגעפירט א סוקסעספולע רייזע זאל ער עס אפטראגן צום לאקאלן Dayton journal אז ס'זאל געמאלדן ווערן. די ערשטע פראבע אין די 1903 טעסט סעזאן איז נישט געווען סוקסעספול, די "Flyer" - ווי זיי האבן עס גערופן - איז געזונקען אין די זאמטיגע ערד.
די ברידער האבן זיך געהאט איינגעטיילט ביי די טעסטס אז איינס מאכט ווילבאר און איינס אורוויל, אבער דורכאויס די צייט האט זיך ארויסגעוויזן אז אורוויל טויגט בעסער צו פירן די גליידער\פלייער ווי ווילבאר. און ווירקליך ביי די ערשטע טעסט מאנטאג דעצעמבער דעם 14'טען, מיט ווילבאר ביי די קאנטראלס, האט זיך עס נישט געהויבן נאר אנשטאט איינגעזונקען אין די ווייכע זאמד, שעדיגנדיג דערביי א חלק פון די פלייער'ס סטרוקטור. צוויי טעג האט געדויערט דורצופירן די נויטיגע ריפעירס, און דאנערשטאג אינדערפרי 10:35 האט זיך אורוויל צוגעזעצט - אדער ענדערש "צוגעלייגט" לויט די דעמאלטסדיגע דיזיין - צו פילאטירן דעם פלייער, און די נס איז געשעהן! א גליידער מיט אן גאז-געטריבענעם ענדזשין וועלכער דרייט צוויי פראפעלערס האט זיך געהויבן אין די לופטן! די רייזע האט נישט לאנג געדויערט, בלויז 12 סעקונדעס האט ער זיך געהאלטן אין די לופטן דעקנדיג א שטרעקע פון ארום 120 פיס, די 5 צושויער וועמען די ברידער האבן געברענגט מיטצוהאלטן זייערע טעסט כדי צו האבן עדות פון זייערע עררייכונגען, האבן בשום אופן נישט געקענט פארשטיין די אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם וואס האט אנגעכאפט די ברידער נאך די סוקסעספולע פלייט. די רייט ברידער האבן אבער געוואוסט אז זיי האבן דא ענדליך געבראכן היסטאריע, זייער שווערע ארבעט פון יארן האט זיך ביי דעם שטאפל פולשטענדיג אויסגעצאלט! און צו די זייט האט זיי היפש געשמעקט אז זיי זענען געוואונען די געיעג נאך Powered-flight. זיי זענען דורכן טאג געפלויגן נאך דריי מאל, ווען ביי די פערטע מאל, האבן נאך 59 סעקונדעס, ווינטן אראפגעברענגט דעם פלייער און געמאכט אוממעגליך צו פליען אין איר א פיפטע מאל. אפילו פון די פערטע און לענגסטע פלייט האבן די פארזאמעלטע נישט געכאפט קיין גרויס התפעלות, אבער די ברידער זענען געווען זאט פאר דעם טאג. ווען ס'זאל ווען זיין פריער אין דעם סעזאן וואלטן זיי ווען געפיקסט די מאשין און ווייטער געפלויגן דעם נעקסטן טאג אין איר, אבער היות זיי האבן פארשפראכן צו זיין אינדערהיים אויף די קראצמעך חגא (לאמיר נישט פארגעסן אז זייער טאטע איז געווען א קריסטליכע גלח) האבן זיי זיך געאיילט צו פאקן פעק און ריכטן די טריט צוריק קיין Dayton.
איידערן פארלאזן Kitty Hawk האבן זיי אפגעשיקט א טעלעגראם דורך Wetern Union (יא, זי האט זיך געגרינדעט אלס א טעלעגראף-סערוויס פירמע) צו זייער היימשטאט, און די באוואוסטע היסטארישע טעלעגראם ליינט זיך ווי פאלגנד: "Success four flights thursday morning all against twenty one mile wind starting from level with engine power alone average speed through air thirty one miles longest 57 seconds inform press home christmas. Orevelle Wright."
און יא, איר האט גוט באמערקט! די היסטארישע טעלעגראם האט צוויי טעותים. 1) די פלייט איז געווען 59 סעקונדעס און נישט 57 (איך מיין, איבער צוויי סעקונדעס מאכסטו א בראטל?). 2) די נאמען פון Orville איז נישט ריכטיג ארויסגעשריבן. אגב, איינע פון די אוויאציע ווערטלעך לויטעט, אז מ'קען זעהן די צוגעבינדנקייט צו אוויאציע פון א מענטש לויט זיין מיינונג וועלכע טעות איז ערגער. אינדערצייט וואס פאר סתם א מענטש וועט די גרייז אין אורוויל'ס נאמען זיין ערגער צוליב דעם וואס יעדע אות אין א טעלעגראם האט אסאך געקאסט און דא איז עס געשריבן מיט איין איבריגע אות, וועט פאר אן אוויאציע-ליבהאבער גיין אין לעבן די צוויי סעקונדעס פון סוקסעס וואס די טעלעגראם האט אראפגענומען.
די ערשטע צו ליינען דעם טעלעגראם איז געווען זייער פאטער Milton, וועלכער האט קוים געקענט ווארטן זיין טאכטער זאל אהיימקומען ער זאל קענען מיטיילן מיט איינעם די פרייליכע נייעס. די שמחה אין זייער הייזל קען מען זיך גרינג פארשטעלן, זיי האבן זיך געשפירט זייער שטאלץ צו זיין פאמיליע מיטגלידער מיט אזעלכע פיאנערן. די Wright טאכטער האט אבער געהאלטן דעם קאפ אויפן פלאץ, און צו אלעם ערשט אריבערגעלאפן צו איר ברודער Lorin ווען אין איר הענט ליגט די טעלעגראם אינאיינעם מיט די אויבערדערמאנטע קיט וואס האט ענהאלטן בילדער, דאקומענטן און פאקטן איבערגעלאזט דורך די ברידער איידערן זיך ארויסלאזן קיין NC. ס'איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז געוויסע שרייבן אז די סיבה פארוואס זי האט געשיקט איר ברודער און נישט אליין געגאנגען איז געווען צוליב באשיידנקייט.
אלנפאלס, ווען לארין האט אריינשפאצירט מיט א געהויבענע געמיט צום ביורא פון די דעיטאן דזשורנאל האט ער נישט געפינען קיינעם וואס זאל אנטיילנעמען אין זיין פרייד, דער פרעסע-מאן וואס איז געזעסן ביים טישל האט איבערגענומען דעם טעלעגראם און עס באטראכט פאר עטליכע סעקונדען און קאלט רעאגירט "57 סעקונדעס? קום צוריק נאכן פליען 57 מינוט". לארין האט געזעהן אז ארגומענטן וועלן נישט קענען אויפווייזן פאר אן אומפארשטענדליכן יונג די שטארקע מיינונג פון אזא דערגרייכונג, האט ער זיך אומגעקערט אהיים מיט ליידיגע הענט, ריכטיגער געזאגט - מיט פולע הענט, ווייל די קיט איז געבליבן ביי אים. אנטוישטערהייט האט משפחת Wright געליינט די העדליין פונעם דעיטאן דזשורנאל דעם נאכפאלגנדן אינדערפרי "געשעפטן איבערגעפילט מיט קונדן פאר קראצמעך שאפינג".
די איינציגע וואס האבן נאכגעפאלגט מיט אינטערעסע די פארשריט - און נישט דוקא אויף א פאזיטיווע וועג - זענען געווען די פראנצויזישע אוויאטארן, מעמבערס פון די Aero Club.
וויאזוי די וועלט האט אויפגענומען די פרישע פארשריט און אנטוויקלונגען וואס זענען געמאכט געווארן במשך די נאכפאלגנדע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יא, אונזערע ליינער האבן שוין ב"ה אפגעאטעמט, אבער אינעם פראנצויזישן מעטרעפאל האבן א גרופע מענטשן הערשט יעצט אנגעהויבן שווער אטעמען. די גרופע באשטייט פון בארימטע פיאנערן, היסטארישע ערפינדער, לעגענדארע עקספערימענטער און רייכע לייט, מעמבערס פון די Aero Club de France וועלכע האבן זיך געשוואוירן ביי אלעם הייליגן אז אין פראנקרייך – וואו אוויאציע איז געבוירן – וועט אויך אט די שטיק היסטאריע געבראכן ווערן. זיי האבן נישט אזוי שנעל געהאלטן ביים אוועקגעבן די היסטארישע סטאטוס פאר צוויי יונגע אמעריקאנער. די Wright ברידער – וועלכע האבן אויך געוואוסט ווער זייער גרעסטע קאמפאטישן איז – האבן זיך גאנץ שנעל געיאגט, און ביים ערשטן געלעגנהייט אפגעשיקט א בריוו צו די פירערשאפט אין די קלאב מיט א באריכט איבער זייערע עררייכונגען.
אין פאקט, נאך איידער די בריוו איז ערהאלטן געווארן דורך די קלאב מעמבער, זענען די שמועות שוין אנגעקומען קיין פאריז, און ביי די וועכנטליכע זיצונג פון אלע קלאב-מעמבערס איז א היציגע דעבאטע אנטשטאנען צו מ'זאל אננעמען די שמועות אלס וואר. פון איין זייט זענען געשטאנען אסאך ענטוזיאסטישע לייט וועלכע זענען געווען גרייט אנצונעמען די געשיכטע און נאר געוואלט זעהן אויב ס'וועט מעגליך זיין צו באקומען איינס פון די פלייערס פון די ברידער כדי עס צו קענען עקספערימענטירן און עס נעמען צו די נעקסטע שטאפל. צווישן די וואס זענען געשטאנען אויף דעם זייט האט זיך ספעציעל ארויסגעזעהן דער אויבערדערמאנטער נעיווי אפיציר Ferdinand Ferber וועלכע האט שוין געהאלטן זייער ווייט מיט זיינע אייגענע אויפטרעפן, אבער ביי דעם שטאפל האט ער -צו אלעמענס שטוינונג - געהויבן דעם ווייסן פאן, און געשיקט Octave Chanute אלס א פארמיטלער צו די Wrights צו פארהאנדלען איבער קויפן א פלייער פון זיי.
פון די צווייטע זייט זענען געשטאנען פילע עלטערע עקספערטן וועלכע האבן בשום אופן נישט איינגעשטימט אנצונעמען די דורכברוך אלס לעגיטים. זיי האבן האסטיג גע'טענה'ט אז אויף דערווייל איז נישט דא קיין עדות'שאפט פון קיין איין איינציגע אוויאציע עקספערט וועלכע האט זיי שוין פאקטיש געזעהן פליען. וואס אן אמת, איז די ארגומענט פון די צד שכנגד געווען גאנץ מסתבר, די Wrights זענען ממש געווען אבסעסד מיטן האלטן פרטים פון זייערע גליידערס אלס א שטרענגע געהיימניס, אפילו אין די נאכפאלגנדע יארן ביז 1908 ווען ס'האט זיך אפאר מאל געמאכט אז אוויאטארן האבן אפגעשטאט א וויזיט ביי זיי, האבן זיי נאר געצייגט עטליכע חלקים פון די פלייער אויף איין מאל, קיינמאל נישט די גאנצע געבוי. זיי האבן געהאלטן אז נאר אזוי זענען זיי פארזיכערט פון קאנקורענץ.
אזוי צו אזוי, צו מ'האט יא געגלייבט צו נישט געגלייבט, האבן די מעכאניזמס וואס די Wrights האבן געבויעט, זייער גוט געשטימט, און כמעט יעדער וואס האט געארבעט אויף צו ערצייגן עראפלאנען, האט אריבערגעטוישט רוב פון די בלו-פרינטס צו נאכמאכן די Wright מאדעלן, לויט די אינפא מיט וואס Chanute האט זיי געפיטערט.
צוריק קיין דעיטאן האבן זיך די ברידער גענומען העפטיג ארבעטן איינצוקעשן זייער ערפינדונג. צום אלעם ערשט האבן זיי זיך געאיילט צו פיילן פאר Patent רעכטן איבער די פארגעשריטענסטע לענדער אויף די וועלט, אריינגערעכנט אמעריקע, ענגלאנד און (פארשטייט זיך) פראנקרייך. זיי האבן פארשטאנען אז די ערשטע וועלכע וועלן זיין אינטערעסירט אין דעם ערצייגונג וועלן זיין מיליטערן ארום די גלאוב, און זיי האבן זיך טאקע אנגעהויבן ווענדן צו די ארמיי פירער פון די דריי אויבערדערמאנטע לענדער צו אויפרייצן זייער אינטערעסע פאר א סעיל. אבער דא האבן זיי זיך אנגעקלאפט אין גרויסע שוועריקייטן. ווי געשריבן האבן זיי געהאלטן די פלייערס טמיר ונעלם מעיני כל חי און אפילו פאר לענדער מיט וועם זיי זענען געווען אין געשפרעכן האבן זיי עס נישט באוויליגט צו צייגן נאר אויב מ'גאראנטירט זיי א דיעל, דאס האט גאנץ שנעל אפגעקילט פאטענציאלע קונים פון פארצוזעצן מיט האנדל-געשפרעכן. אין צוגאב צו דעם האבן גענערעלער און מיליטערישע שישקעס אפן אויסגעדרוקט צווייפל אויב די פראדוקט איז בכלל די גרויסע ערפינדונג מיט וואס ס'ווערט אראפגעמאלן, אסאך האבן געהאלטן אז ס'וועט נישט זיין קיין אויפטוה אין מלחמה-זאנע וואו מ'קען נישט אייביג האבן די ליידיגע גלאטע שטרעקע וואס פארלאנגט זיך צו הייבן דעם פלייער, און בכלל האט די דעמאלטסדיגע Biplane נישט געהאט קיין פלאץ פאר מער ווי 2 מענטשן צו זיצן. אין זייער מיינונג האבן ארמייען ענדערש געדארפט לייגן די פאקוס אויף פארגעשריטענע באלאנען וועלכע קענען זיך הייבן פון סיי און איר קארב קען פארנעמען עטליכע מענטשן פלוס סופליי. די ברידער האבן זיך שפעטער געוואנדן צו נאך לענדער ווי יאפאן, דייטשלאנד, רוסלאנד און איטאליע, אבער זאכן האבן זיך גערוקט שטאטער ווי זיי האבן געהאפט. בכלל האבן זיי נישט גענאסן פון קיין גרויסע פאזיטיווע פרסום אין די אלגעמיינע גאס, אנגעהויבן מיט די דורכפאל ווען די דעיטאן דזשורנאל האט נישט געוואלט דעקן זייער ערשטע פלייט, און געענדיגט מיט א פאל ווען זיי האבן ספעציעל געלאדנט א רעפארטער צו שאו-אפפן פאר אים, אבער די וועטער האט פאר עטליכע טעג אין א ציה נישט ערלויבט קיין פליעראציעס און ער האט זיך אהיימגעקערט מיט ליידיגע הענט. די פאל מיט די Wrights איז א ריכטיגע ביישפיל פון היסטארישע דורכברוכן וועלכע זענען היינט בארימט און פארהייליגט אבער האבן אין זייער-צייט בכלל נישט אזוי אמוזירט דעם געווענליכן המון-עם.
על כל פנים, די Wrights זענען שוין ביי יעצט געווען פיל מער קאנפידענט מיט זייער עראפלאן און ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט די קאנדישינס אויף וואס זיי האבן געקליבן נארט קעראליינע צום פליען, האבן זיי אנשטאט געשלאסן א בונד מיט א חבר מיטן נאמען Huffman Prairie וואס האט געהאט א גרויסע פאשע-פעלד ארום 15 מייל - א האלבע שעה וועג פאר זיי - פון זייער היים אין דעיטאן, און דאס איז געווארן זייער נייע פלי סטאנציע. די פעלד - וועלכע איז יעצט א חלק פון אן עיר-פארס באזע אין אהייא - ווערט אפט באצייכנט אלס "די ערשטע עירפארט". זיי האבן יעצט אממערסטנס געהאלטן פאר זייערע אויגן די ציהל פון ביזנעס, און העפטיג געארבעט עס צו מאכן א פראדוקט קענען גרינג פארקויפן. ביז אריין אין 1905 האבן זיי געארבעט אויף צו מאכן זייער פלייער בעסער, שטערקער און מער פארגעשריטן, דערגרייכנדיג דערביי אסאך מיילסטאונס וו.צ.ב. מאכן א פולע סירקל מיט די פלייער און אויך די באוואוסטע רעקארד-פלייט אין October 1905 פון גאנצע 38 מינוט.
עפנטלעך ווייַזונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאכן אזויפיל צוזאמפליען ביז אין 1905 אריין זענען שוין די Wright ברידער געווען קאנפידענט אז זייער מאשין איז א דבר השלם הראוי לעלות על שולחן מלכים, זיי האבן שוין ניטאמאל געשפענדעט קיין עקסטערע צייט צום פליען מער. זיי האבן יעצט - ווי געשריבן - געלייגט זייער גאנצע געוויכט אויף שאפן גוטע קאנטראקטס, וואס איז זיי - ווי אויבן ערווענט - גאנץ שווער אנגעקומען. די ברידער האבן זיך צוטיילט די ראלעס, אינדערצייט וואס ווילבאר האט זיך ארייינגעלייגט צו שאפן קונים אין די אייראפעאישע קאנטינענט, האט אורוויל באקומען די אויפגאבע צו טרעפן קונים אין די אמעריקאנע מארקעט, מער ספעציפיש - פרובירן צו שאפן די אמעריקאנע מיליטער אלס א קונה. היסטאריקער זאגן אז ווילבאר איז געווען מער loud און היציג ביי נאטור, און אורוויל, כאטש וואס ער איז געווען פרייליכער און מער פאזיטיוו, איז ער אבער געווען שעמעדיגער און ענדערש צוריקגעצויגן. דאס געט צו פארשטיין פארוואס ווילבאר האט גענומען אויף זיך צו פארן קיין אייראפע און אורוויל האט ענדערש געסטיקט קיין אמעריקא. על כל פנים. ווילבאר האט אין מאי פון 1907 אפגערייזט קיין יוראפ (נישט מיט קיין עראפלאן, נאר מיט א שיף! די שוסטער גייט בארוועס) צו ארבעטן אויף קאנטראקטס מיט עטליכע לענדער, אבער כאטש וואס די רייזע איז דאקומענטירט האב איך נישט געקענט טרעפן קיין מקורות וואס דערציילן אסאך דעטאלן איבער די רייזע, אזוי אז ס'לאזט זיך גלייבן אז קיין גרויסע דורכברוכן האט ער נישט געשאפן. וואס איז אמאל זיכער איז אז מיט קיין אפמאך אין די האנט איז ער נישט אהיימגעקומען.
די פרישע יאר 1908 האט אבער מיטגעברענגט מיט זיך א גוט מזל פאר די Wrights. אין ענדע פון יאר 1907 האבן זיי העפטיג געארבעט צו איבערצייגן די אמעריקאנע מיליטער זיך אראפצוזעצן פאר א דיעל. זייער ארבעט האט זיך גוט אויסגעצאלט ווען אין Dec. 23 האט די מיליטער ארויסגעלייגט א פאבליק ביד זיי צוצושטעלן אן עראפלאן פארן מיליטערישן באנוץ. פארשטייט זיך אז פון אלע קאמפאניס וועלכע האבן זיך איינגעגעבן האט די רעגירונג אין Feb. 8 1908 אפיציעל אנגענומען די ביד פון די Wrights פאר אן 1,100 - 1,250 פונטיגן מאשין מיט פלאץ פאר צוויי צו זיצן און א מעגליכקייט פון פארן 40 MPH (הממ.....). די פרייז - $25,000 (לויט די חשבונות פון אינפלאציע שטעלט ער זיך עס צאם צו איבער $700,000 אין 2020 געלטער!). די ברידער האבן יעצט געוויסט אז אויב ווילן זיי ריכטיג קענען פרעזענטירן זייער פראדוקט פאר פאטענציאלע קונים דארפן זיך צוריקזעצן צו די קאנטראלס זיך ווידער-היימיש צו מאכן מיט זייער פארגעסענע פליען-סקילס. זיי האבן אין מאי געשפענדעט אפאר טעג אין Kitty Hawk אין נארט קאראליינע זיך איבערצופרישן אביסל אין די פעלד. ווילבאר איז תיכף געפארן פון דארט קיין ניו יארק צו כאפן א שיף קיין אייראפע וואו ער האט געפלאנט פארצושטעלן זיין פליגער - וואס ער האט שוין פון פריער אפגעשיקט מיט אן אנדערע שיף - פאר די ברייטע מאסן. אינדערצייט וואס אורוויל האט זיך געגרייט פארצושטעלן פאר די אמעריקאנע מיליטער דעם "פלייער" שפעטער אין די יאר. אנקומענדיג מאי 29 אינעם פארט-שטאט La Harve אין פראנקרייך, האט פאר ווילבאר'ן אפגעווארט גאנץ אן אומאנגענעמען איבעראשונג, זיין פלייער - וועלכער איז אנגעקומען פאר אים - האט געליטן אסאך שאדנס אין די הענט פון די פראנצויזישע קאסטומס אגענטורן וועלכע האבן קיין מושג נישט געהאט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע סארט מאשינען, זיי האבן עס זייער פאצעריש אויסגעפאקט פון די שיפינג crate, און אן קיין טראפ עקספעריענס וויאזוי צו האנדלען מיט אזעלכע האקעלע באשטאנדטיילן, האבן זיי עס געלאזט שטיין א שטיק צייט אינדרויסן פון די crate און דאס האט געברענגט אסאך שאדנס. ער האט יעצט געדארפט אוועקגעבן דעם גאנצן זוממער צוריקצושטעלן די פלייער צו איר ארגינעלן פארעם אז עס זאל זיין ראוי צו פליען מיט איר. אין אוגוסט האט ער שוין ענדליך געהאט די מאשין גרייט צום באנוץ און ער האט צאמגערופן א גרויסע שאו ביי א טייך אין די שטעטל Le Mans, ארום 120 מייל פון פאריז. א ריזיגע ציבור פון טויזענטער זענען זיך צאמגעקומען אום אוגוסט 8 (שבת נחמו תרס"ח - ולמספרם 08/08/08) צו באטראכטן וויאזוי ווילבאר פירט דעם עראפלאן, אין שפיץ האבן זיך אנגעזעהן די פיאנערן פון די Aero Club de France וועמענס נייגער-שטאפלען זענען געווען אויף די העכסטע ניווא, נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן אז זיי וועלן זעהן היינט. ווילבאר האט זיך צום ערשט געהויבן ארומפליענדיג פאר 1 מינוט און 45 סעקונדעס אין די קלארע זומער הימלען, די צושויער אויף די ערד זענען פשוט געשטאנען געפלעפט מיט אפענע מיילער, די פלייער האט זיך ווי געשמאק ארומגעגליטשט דארט אויבן ווען ווילבאר האנדלט סוקסעספול יעדע מאנואווערע און טורן. די פארזאמעלטע אויף די ערד האבן אים ענטפאנגען נאך זיין Smooth לאנדונג מיט פארטויבנדע אפלאדיסמענטן, זיי זענען נישט זאט געווארן פון מיטהאלטן עטליכע מאל ווי ער הייבט זיך, פליט ארום און לאנדעט צוריק מיט א משונה'דיגע גלאטקייט פון אנהייב ביז די ענדע. די בארימסטע ערפינדער האבן זיך געשפירט נאריש מיט זייער פארשריט קעגן וואס זייערע אויגן האבן צוגעזעהן, ווי צוקוקער האבן זיך אויסגעדריקט האט עס געמאכט די אנדערע ערפינדער "אויסקוקן קינדעריש קעגן די Wrights". די פראנצויזישע העלדן האבן אויפן פלאץ געבויגן די קאפ צו ווילבאר און אים געקומען גראטולירן, זיי האבן זיך אליינס אויסגעדרוקט אז "ס'איז א נייע תקופה פאר אוויאציע" נאך וואס זיי האבן דאס צוגעזעהן. הונדערטע מענטשן האבן זיך אינעם קומענדיגן זונטאג פארזאמלט האפנדיג אז ווילבאר וועט נאכאמאל זיך באווייזן ווי נעכטן, אבער זיי האבן פארגעסן אז אלס א גלויביגער קריסט פליהט ער קיינמאל נישט אין קיין זונטאג! אין די נאכפאלגענדע טעג האבן צייטונגען פארעפנטליכט פייערליכע ארטיקלען מיט ברייטע דעקונג איבער די שאו, און די אלע וואס האבן קריטיקירט די ברידער און זיי באצייכנט אלס "בלאפפער" דורכאויס די יארן זענען ארויסגעקומען זיך אנטשולדיגן. שפעטער איז ווילבאר אפיציעל באעהרט געווארן דורך די Aero Club מיט אן Award אויף זיינע דערגרייכונגען. אויפן ארט פון די פארשטעלונג איז היינט צוטאגס דא א גאס אויפן נאמען פון ווילבאר און א מאנומענט פון זיין געשטאלט איז אוועקגעשטעלט אין אן ארטיגן פארק. היסטאריקער זאגן אז די טאג האט געהאט אן מאסיווע עפפעקט אויף די פארשריט פון אוויאציע, ווייל דורך די שאו זענען אלע אינדזשענירן און ערפינדער איבערצייגט געווארן צו ארבעטן אויף די זעלבע איין מהלך וואס איז געווארן ערפינדן דורך די Wrights, און דאס האט געברענגט אז די אוויאציע אינדוסטריע זאל זיך נעמען רוקן מיט שנעלערע פארשריט.
צוריק צום אמעריקאנעם קאנטינענט האט די מיליטער באשטימט די טעג פון סעפטמבער צו געבן א געלעגנהייט פאר אורוויל צו ווייזן די פלייער אויף וועלכע ער האט געבידט. ענדע אוגוסט איז אורוויל אנגעקומען צו די Fort Myer ארמיי-באזע אין ווירדזשיניע (די באזע שטייט שוין נישט היינט, אבער אסאך אינטערעסאנטע מיליטערישע בנינים גייען נאך אן דארט - ס'איז א שמועס פאר זיך) און צאמגעשטעלט זיין פלייער. סעפטעמבער 9 האט ער אנגעהויבן מיט א רונדע פון באווייזן די געצייג פאר עטליכע טעג אין א ציה. די מיליטערישע פירער האבן זיך צוגעקוקט איבערגענומען און באאיינדרוקט פון וואס זיי האבן געזעהן, דורכאויס די קומענדיגע טעג האט אורוויל געהאלטן אין איין ברעכן פרישע רעקארדס פליענדיג מיט און אן פאסאנזשירן ביי נייע הויכקייטן און פרישע לענג פון רייזעס. ער האט זיי געהאלטן געשפאנט ביז סעפטעמבער 17 ווען נאך עטליכע סוקסעספולע פלייטס האט א פלוצימ'דיגע טראגעדיע געצווינגען איבערצושניידן די פלי-פראבעס אויף דערווייל. ארום 5 אזייגער נאכמיטאג זייענדיג 75 פיס אינדערהייך אינאיינעם מיט נאך א פאסאנדזשיר האט זיך די פראפעלער פלוצלינג צובראכן און געברענגט דעם גאנצן פליגער אראפצוקראכן אויפן פעלד פארנט פון די אויגן פון 2,000 צושוידערטע צוקוקער. די מיטרייזנדער, טאמעס סעלפרידזש - א לוטענטאט אין די ארמיי - איז געפאלן אויף זיין קאפ, און אויך זיין שדרה איז געשעדיגט געווארן, ער איז נאך אין יענעם טאג דערקלערט געווארן אלס טויט. זיין טויט איז פארשבריבן אין די היסטאריע אלס די ערשטע טויט-פאל דורך פאוערד-פלייט. ווילבאר זעלבסט איז אויך ערנסט געשעדיגט געווארן, אמערסטנס האט עס שווער-אפעקטירט זיין פיס וועלכע האט געדארפט אנקומען צו קריטישע באהאנדלונג. צו זיין מזל איז זיין שוועסטער Katharine געווען מיט אים אויף די רייזע און זי האט אים באגלייט צו די ארמיי-שפיטאל אין ווירדזשיניע וואו ער איז אפגעלעגן 7 וואכן. Katharine האט גענומען עמערדזשענסי אורלויב פון איר ארבעט אלס טיטשער פאר עטליכע וואכן (עווענטועל האט זי גענצליך געדארפט אויפגעבן איר דזשאב צוליב די פארצויגענע באהאנדלונגען) דורכאויס די צייט האט זי נישט אפגעטרעטן פון זיין בעט באדינענדיג אים מיט א אויסערגעווענליכע געטריישאפט, און איבער אלעם האט זי נישט אויפגעהערט אים צו באגיסן מיט פאזיטיווע ווערטער אויף זיין עתיד און אויף די עתיד פון אוויאציע. אורוויל האט שפעטער געזאגט אז ווען נישט זיין שוועסטער וואלט ער זיכער געשטארבן. (פארהאן איין אוויאציע-היסטאריקער היינט וואס איז ממש אבסעסד מיטן איר קרעדיטן און ארויסברענגען איר טייל אין היסטאריע).
די שווערע פאל ביי די ארמיי האט טאקע אפגעשטופט די טעסטן און - אין רעזולטאט - דאס אונטערשרייבן אן אפמאך אויף א פלייער פאר די מיליטער. אבער, דאס איז טאקע בלויז געווען "אפגעשטופט" די דיעלס זענען שפעטער יא געשלאסן געווארן און ס'איז איבריג צו פארציילן וויפיל די ארמיי האט שוין איינגעקעשט קעגן יענע $25,000.
לעצטע יאָרן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די Wrights האבן געעפנט זייער אייגענע עראפלאן-פראדוקשן קאמפאני, פון וואו ארויס זיי האבן פארקויפט צענדליגע פליגערס איבער די גאנצע וועלט. זיי האבן גענאסן פון אלוועלטליכע רוהם, און געווארן גאר פאפולערע פערזאנען. קאמיש איז, אז ווידער האבן די איינוואוינער פון זייער אייגן לאנד - די פאראייניגטע שטאטן - פארזעהן צו אנערקענען זייער ווערד, און די Wrights זענען טאקע אסאך געפארן קיין אייראפע וואו מ'האט אנערקענט זייער ארבעט און אויפטוען געבנדיג זיי די געפיל פון העלדן, א זאך וואס די אמעריקאנער האבן פארפעלט צו טוהן בחייהם. ווילבאר איז געשטארבן אין 1912 נאכן כאפן Typhoid fever ביים עסן אן אנגעשטעקט מאכל ביי א רייזע אין באסטאן. אורוויל האט דעמאלטס פארקויפט זייער קאמפאני פאר 1.5 מיליאן דאללער, און זיך צוריקגעקערט צו א שטילע לעבנס-שטייגער אין דעיטאן, אהייא. די אינדוסטרי איז זיך זייער שנעל צואוואקסן ארויס פון די געצוימטע מיליטערישע באנצוץ און איז היינט אן אינדוסטרי וועלכע מאכט אויס - מיט אלע אירע פליגלען - א שיינע פאר פראצענט פון די וועלטס עקענאמיע.