לדלג לתוכן

אוויאציע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון היסטאריע פון אוויאציע)

אוויאציע איז די טעמע פון פליען אין די לופטן מיט א לופטמאשין, למשל אן עראפלאן. אויך אריינגערעכנט אין אוויאציע זענען די טעטיקייטן און אינדוסטריעס וואס זענען שייך צו פליען, ווי לופטפארקער־קאנטראל. דאס ווערט געניצט למשל פאר לופטרייזעס און אין מיליטערישע קעמפן.

די היסטאריע פון אוויאציע גייט צוריק צוויי טויזנט יאר.

די רייץ פון דער מענטשהייט צו קענען נוצן די לופט פאר אייגענע צוועקן איז גאנץ א פארשטענדליכע, וואס דארף מען מער פון דעם אז דוד המלך האט אויסגעדרוקט א ווילן צו נוצן א פליגל פאר א שנעלע אנטלויף-פלאן, "מי יתן לי אבר כיונה אעופה אשכונה".‏[1] פאר הונדערטע יארן האבן מענטשן גע'חלומ'ט פאנטאזירט און געגארט צו טרעפן א מהלך וויאזוי צו הערשן אויך אויף די לופטן.

פּרימיטיווע אָנהייבן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי פרי ווי אין 1507 טרעפט מען דאקומענטירט א פרואוו פון א סקאטישער מאן וועלכע האט גענוצט פעדערן פון הינער זיך צו מאכן פליגלען, אבער זיינע פרואוון פאקטיש צו פליען האבן זיך ענדערש געענדיגט מיט אפאר צובראכענע ביינער ווי מיט א סוקסעספולע רייזע. ער האט געווארפן די שולד אויפן פאקט אז ער האט זיך באנוצט מיט פעדערן פון א בעל חי וואס קען ניטאמאל פליען, אבער פרואוון פון אנדערע וואס האבן יא גענוצט פליענדע פעדערן האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין פונקט אזוי אומגעלונגען.

מער ווי עטליכע פאנטאזירטע פיקציע ביכער מיט שילדערונגען איבער מענטשן וואס זענען אנגעקומען צו די הויכן איז קיין ערנסטע פארשריט נישט געווען, עטליכע ביכער האבן פארגעשלאגן געוויסע פלענער און פאטענטן וואס מ'קען נוצן א שטייגער ווי א ביך וואס איז ערשינען אין ענגלאנד אין יאר 1638 וועלכע אילוסטרירט א קאמפליצירטע געוועב מיט א בענקל פון אונטן און א מחנה פון פייגל דערהייבן איר אין די לופטן.

אין 1678 איז גראדע יא געווען א פראנצויזישער מאן וועלכע האט געבויעט האלצערנע פליגלען, וועלכע זענען געווען צוגעבינדן צו ביידע הענט און ביידע פיס, און מיט א צוזאמארבעט פון די 4 אינאיינעם האט מען זיך געקענט האלטן אין די לופט א שטיק צייט און זאגאר אראפקומען אנע זיך צוקלאפן, אבער ווי פארשטעדליך לאזן זיך די כוחות אויס נאכן אפערירן אויף אזא אופן פאר עטליכע מינוט, און אזעלכע פאטענטן האבן נישט געקענט פארשרייבן די עתיד פון אוויאציע.

אין 1742 האט א פאריזער מאן געליטן אן ערנסטע דורכפאל ווען ער האט זיכערערהייט צוזאמגערופן א שאו צו צייגן וואו ער פליט אריבער א טייך, אבער זיין געפלי האט זיך מיאוס איבערגעהאקט ווען ער אינאיינעם מיט זיין צובראכענעם פוס האבן זיך געטראפן אין א פארבייפארענדע שיפל.

די דורכברוך איז געקומען אין די 1780'ער יארן ווען צוויי פראנצויזישע ברידער זשאזעף (Joseph) און עטיען (Etienne) מאנטגאלפֿיער (Montgolfier) האבן ערפינדן דעם Hot air baloon. די פאקטישער ערפינדער איז געווען זשאזעף וועלכער האט אריינגעטראכט פארוואס די לופט העכער פייער דערהייבט זיך, זיין טעאריע איז געווען אז געוויסע גאזן זענען גרינגער פון לופט און וועלן זיך דערהייבן אויף ארויף (ווי די כלל לויטעט, אז א זאך וואס איז שווערער גייט אויף אראפ און א זאך וואס איז גרינגער גייט אויף ארויף), און פייער פראדוצירט דעם געוויסען גאז, און דערפאר דערהייבט זיך די רויעך אויף ארויף.

וואס אן אמת האט שוין אין יאר 1766 דער בריטישער כעמיקער הענרי קאווענדיש (Henry Cavendish) ערפינדען דעם עלעמענט הידראגען (hydrogen), וועלכער וועגט א צענטל פון לופט און גייט אויף ארויף, אבער מאנטגאלפֿיער וועלכער איז נישט געווען קיין פארשער, נאר א בלויזער פאפיר פראדוצירער, האט זיך געפרייט מיט זיין המצאה און איר זאגאר א נאמען געגעבן "Montgolfier gas".

זשאסעף האט אין 1782 דורכגעפירט א דערפאלגרייכן עקספערימענט דורכן אנהייצן די אינעווייניגסטע חלק פון א סחורה'נעם זעקל און זי האט זיך ווירקליך געהויבן ביזן דאך פון זיין הייזקע אינעם שטעטל אוויניאן (Avignon) אין פראנקרייך. ביי דעם שטאפל האט זשאסעף אריינגענומען זיין ברודער עטיען אינעם בילד, און אינאיינעם האבן זיי דורכגעפירט צענדליגע עקספערימענטן וויאזוי צו ברענגען אז זייער ערפינדונג זאל קענען אויפהייבן א מענטש. זיי האבן געגלייבט אז ווען זיי וועלן טרעפן די פאסיגע לייכטע סחורה, וואס האלט אבער גענוג גוט די היץ אין איר וועט זי זיין בכח אויפצוהייבן א שווערע וואג. דורכאויס זייערע פראבעס זענען זיי געקומען צום אויספיר, אז א פייער וואס ברענט פון אלטע שיך אדער פארדארבענע פלייש איז די בעסטע צו נוצן פאר דעם צוועק פון זיך הייבן.

אין אפריל פון 1783 האבן די ברידער באוויזן צו נוצן זייער פאטענט, און פאר א פארזאמלטע פובליק האבן זיי ארויפגעשיקט זייער היימיש-פאבריצירטע באלאן, ווען אינעם קארב דערונטער ליגן עטליכע באשעפענישן. שפעטער אין נאוועמבער איז עס דעמאנסטרירט געווארן פארנט פון א ריזיגן עולם אין פאריז, ווען די באלאן האט ארויפגעשלעפט אין זיין קארב צוויי מענטשן, און געפלויגן העכער פאריז פאר ארום 25 מינוט ביז א ווייטקייט פון 5 מייל.

אין די נאכפאלגענדע יארן האבן פילע פון איבער דער וועלט נאכגעפאלגט דעם מאדעל פון די מאנטגאלפֿיערס, און די אינטערעסע אין די באלאנען איז שטארק געשטיגען. רעגירונגען האבן געזען א שטארקע נוצן פון די געצייגן אין פאל פון א מלחמה, און דער געצייג האט שוין ווירקליך דעצידירט די אויסגאנג פון עטליכע שלאכטן אין די היסטאריע.

די טשעלענדזש אין דעם שטאפל איז געווען וויאזוי אהערצושטעלן א באלאן אויף וועם מ'זאל קענען האבן קאנטראל אין וועלכע ריכטונג ער פארט. ביי דעם שטאפל האט זיך דער מענטש וואס האט זיך אריינגעזעצט אינעם קארב גענצליך ארויפגעווארפן אויף חסדי הבורא אז ער גייט נישט פארפליען איבער א מים שאין לה סוף נאר קענען לאנדן אויף א זיכערע פלאץ. די איינציגסטע קאנטראל מיטל וואס זיי האבן געהאט איז געווען דורך שטריק צוגעבינדן צו די ערד, און געוויסע האבן גענוצט פערד צו שלעפן די שטריק אין די ריכטונג וואס מ'האט געוואלט די באלאן זאל פליען. ס'איז אבער זעלבסט-פארשטענדליך אז די אויפטוה פון אזא "מאשין" איז גאנץ א קנאפער.

אין די 1800 יארן האבן אינזשענירן און עקספערימענטער געלייגט זייער פאוקוס אויפן אנטוויקלען די באלאן, פון ענגלאנד ביז אמעריקא און פון דארט צוריק קיין פאריז האבן זיך ערפינדער געיאוועט צו ברעכן פרישע רעקארדס און אויפקומען מיט פאטנעטן צו פארבעסערן די באלאנען. אין 1852 איז געלונגען פאר א פראנצויזישע אינדזשעניר Henri Giffard צו ערצייגן אן Airship וועלכער מ'האט געקענט סעמי-דירעקטירן, אינדערצייט וואס אין יעדע ווינקל פון די וועלט האט מען פרובירט צו מאכן מער און מער פארשריט אין דעם הינזיכט. (עירשיפ און באלאן זענען ביידע א באלאן וואס דערהייבט דיך דורך דעם וואס די לופט אינעווייניג איז לייכטער ווי די געווענליכע לופט, אבער אן עירשיפ האט א rudder, propeler אדער engine, וועלכע העלפט קאנטראלירן דעם באלאן - פאר דיר סטיטשינער). אין א זייטיגע נאטיץ - Giffard האט זיך גענומען דאס לעבן אין 1882, לומר לך, אז נישט רוהם אויף דעם וועלט קען ברענגען עכטע צופרידנהייט.

די נעקסטע טורנינג פוינט איז געווען אין 1853 ווען די ערשטע Glider האט געטראגן א מענטש. די מחדש פונעם גליידער איז געווען אן ענגלישער ערפינדער Sir George Cayley, א מענטש וועמענס יסודות אין Aerodynamics זענען די הויפט שטריכן פאר יעדן וואס שטודירט די סוגיא. Sir George האט שוין אייגנטליך אפגעמאלן די בלו-פרינט פון דעם גליידער צוריק אין 1799, אבער אין 1853 איז עס ארויס מכח אל הפועל ווען נאך יארן פון שטודיעס און פארבעסערונגען איז עס געווען א פארטיגע פראדוקט. די כבוד האט מען אפגעגעבן פארן סיר'ס בעל עגלה, וועלכער איז אביסל ארומגעפלויגן אין איר העכער א טאל ביי איינע פון די קיילי פאמיליע'ס וואוינערטער גערופן Brompton Hall (היינט איז דא א סקול אין די בנין), ארום דרייסיג מייל צפון־מזרח פון יארקשיר(ענ') אין ענגלאנד.

יעצט א שטיקל בליק וואו די וועלט האט דעמאלטס געהאלטן, און די מצב איז געגאנגען אזוי ביז ארום יארע 1900. טראצדעם וואס די גליידער האט זיך אין די שפעטערע יארן אויסגעשטעלט צו זיין די בעסערע מיטל פאר פליען, און ווען מ'האט איר מיט יארן שפעטער באקליידעט מיט מאשין-קראפט האט זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די עתיד פון אוויאציע, האט זיך די וועלט נישט אזוי שנעל אוועקגערוקט פון אנטוויקלען די באלאנען. אין די מיליטערישע פעלד איז געשטיגן די אינטערעסע אין די נייע מאשין נאך וואס זי האט זיך שוין א שיינע פאר מאל ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע הילף אין קאנפליקטן. אין 1861 האט די אמעריקאנער מיליטער געגרינדעט די US Army Balloon Corps אין ליכט פון די דעמאלטסדיגע ברידער-קריג און איר באנוץ האט אסאך אויסגעמאכט פאר ביידע זייטן.

אין די ציווילע וועלט האבן זיך אויך געגרינדעט פארבאנדן פון עקספערטן און פיאנערן וועלכע האבן געהאט אן אינטערעסע אין די אנטוויקלונג פון באלאנען. אין 1866 האט זיך אין ענגלאנד געגרינדעט די Aeronautical Society of Great Britain וואס פארבלייבט די עלסטע אזא פאראיין אין היסטאריע. (די פאראיינען זענען אין די שפעטער יארן פארברייטערט געווארן און אוועקגעשטעלט יסודות און רעגולאציעס, ווערנדיג מיט דעם די טאטעס פון די רעגירונג אגענטורן וועלכע רעגולירן לופט-טראנספארטאציע, ווי די FAA אין אמעריקע, און די CAA אין ענגלאנד)

למעשה אבער האבן די באלאנען - טראץ די פילע יארן וואס מ'האט זיי שוין עקספערימענטירט - קיין סך טובה פאר די בריאה נישט געברענגט, פארשער האבן טאקע געטראפן אפאר וועגן וויאזוי אנצופולן די באלאן מיט עפעס וואס זאל עס אויפהייבן, אבער אין די תחום פון קאנטראלירן איר ריכטונג האט מען זיך קוים גערוקט. דאך זענען אבער ענטוזיאסטישע פארשער פון איבער די גאנצע וועלט געווען פארנומען מיט פראבעס אין עקספערימענטן מיט די האפענונג צו אויפקומען מיט א דבר השלם. פון אונטער די באוואוסטזיין האבן אלע אבער געהאלטן אוועקגעלייגט די געדאנק אז מ'וועט מעגליך דארפן לייגן מער געוויכט אויף שווערער ווי לופט (heavier than air) מאשינען. אין פאקט אין 1866 ווען די בריטישע האבן געגרינדעט דעם פריערדערמאנטן פארבאנד האט מען ביי די ערשטע זיצונג שוין דיסקוסירט גליידערס.

אין 1898 האט זיך אין פראנקרייך געגרינדעט די Aero Club de France, די קלוב איז באשטאנען פון ארויפגעקוקטע פראפעסארן, אינזשענירן און ערפינדער, און אויך זענען אנגעשלאסן געווען רייכע לייט אינטערסירט אין די אנטוויקלונג פון אוויאציע, און די קלוב-מעמבערס האבן אויסגערופן גרויסע באלוינונגען פאר ווער ס'האט געבראכן רעקארדס און ערצייגט חידושים.

פראנקרייך האט זיך אין יענע יארן ארויסגעשעלט שטענדיג צו זיין א טריט פאראויס אין יעדע אספעקט פון פליען, סיי ווען ס'איז געקומען צו ברעכן רעקארדס און סיי ווען ס'איז געקומען צו ריסורטש און ערצייגן פרישע פאטענטן. אין 1874 האט אן אפיציר אין די פראנצויזישע נעווי ערצייגט גאנץ א פארגעשריטענע מאשין פאר זיינערצייט, ס'איז געווען א קליינע מאדעל פון א גליידער מיט אן שטיקל ענדזשין (כמו עראפלאן), אבער ס'האט בלויז באוויזן זיך אביסל צו רוקן פון פלאץ און זיך הייבן קוים עפעס אין די לופטן, אבער דאס אליין ווייזט אז די פראנצויזן האבן גאנץ ווייט געהאלטן מיט זייערע שטודיעס. דערפאר איז גאנץ פארשטענדליך אז מיטן גרינדונג פון די קלוב זענען די אנגעשלאסענע מעמבערס געווען קאנפידענט אז צווישן זייערע גרעניצן וועט זיך אנטוויקלען די סוקסעס פון Powered flight. זאכן האבן זיך אבער געטוישט אין 1899 ווען אינעם שטעטעלע Dayton אין אהייא (Ohio) האבן זיך צוויי ברידער פארקאטשעט די ארבל און זיך גענומען ארבעטן...

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – רייט ברידער


  1. ספר תהלים, פרק נה, פסוק ח