רבי יעקב (פילם)
רבי יעקב (פראנצויזיש: Les Aventures de Rabbi Jacob) איז א 1973 קאמישער פראנצויזישער פילם.
די שפראך אינעם פילם איז בעיקר פראנצויזיש, מיט אביסל ענגליש, אראביש, העברעיאיש און יודיש.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איז א חסידישער רבי פון ניו יארק וועלכער פארט קיין פאריז צו דער בר מצוה פון זיין פלומעניק.
וויקטאר פיבער, א פראנצויזישער פאבריקאנט, פארט מיט זיין שאָפער, סאלאמאן, צו זיין טאכטער'ס חתונה. אויפן וועג געשעט אן עקסידענט און וויבאלד סאלאמאן זאגט זיך אפ צו ווייטער ארבעטן פאר אים ווייל עס ווערט שבת, זאגט ער אים אפ פונעם פאסטן.
פיבער וואנדערט אריין אין א באבל-גאם פאבריק, וואו מ'וויל הארגענען סאלימאן, א פירער פון א אראביש לאנד. דער יעניגער נעמט אים שפעטער אלס משכון אז ער זאל אים צוריקפירן צו זיין לאנד.
אינעם לופטפעלד טרעפן זיי רבי יעקב מיט זיין גבאי און טוישן זיך מיט זייער געשטאלט כדי זיך צו באהאלטן פון די פאליציי וועלכע מיינט אז פיבער איז א מערדער. אזוי ארום נעמט מען אויף פיבער און סאלימאן אין דער יודישער קהילה אינעם פלעצל, מיינענדיג אז זיי זענען רבי און גבאי.
עס איז ברייט באוואוסט די קאמישע טאנץ וואס רבי יעקב שטעלט אהער אין די גאסן פון פאריז.