ראהאוף ראשיד אבד אל-ראכמאן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ראכמאן בעת דעם היסטארישן פראצעס, ספראוועט זיך מיט סאדאמ'ס אומפאלגזאם אויפפירעכט אין געריכט הויז.

ראַאוף ראַשיד אַבּד אַל-ראַכמאַן (ענגליש: Rauf Rashid Abd al-Rahman, אראביש: رؤوف رشيد عبد الرحمن) איז איין איראקישער ריכטער וואס האט אנגעפירט דעם פראצעס קעגן סאדאם כוסעין און זיינע קאלאבערירער אין יאר 2006, און ער האט אים - מיט נאך הויכראנקיגע געהילפן - עווענטועל פאראורטיילט צו הינריכטונג.

ראכמאן איז א עטנישער קורדישער אפשטאמיגער, פון דער שטאט האַלאַבּדשאַ, די טרויעריגע בארימטע שטאט, וואס סאדאם האט פארגאזט פילע בירגער, נאך א דורכגעפאלענער אויפשטאנד פרואוו אין יאר 1988.

עטוואס נאכן פראצעס, אום דעצעמבער 2006, איז ראכמאן מיט זיין פאמיליע געפארן אויף וואקאציע קיין ענגלאנד, מיט א ספעציעלער רייזע וויזע. נאך דריי חדשים זיך פארזוימען אין ענגלאנד, האט ער פארלאנגט פון דער בריטישער רעגירונג אזיל־רעכט צו בלייבן דארט וואוינען לעגאל.