לדלג לתוכן

קערי בן דוד

פֿון װיקיפּעדיע

קערי בן דוד (ענגליש: "kerry ben david") איז געוועהן א לאנגיאהריגער חזן און ראביי אין ניו יארק און די אומגעהגענט.

ער האט געווינען דער שליח ציבור אווארד אין 2010 און כלה'ס אויסוואל אווארד אין 2012.

ער איז געבוירן אין פילאדעלפיע. ער האט שטודיהרט מוזיק אין פארשידענע מוזיק און אפערע שולע'ס.

אין 1985 איז ער נסמך געווארן אלס חזן דורך די היברו יוניאן קאלידזש. ער האט געדיענט אין די סקארסדעיל שוהל פאר 22 יאהר און דערנאך אין די דזשואיש פאמיליע קאגנגרעגעישן אין סאוט סאלעם פאר ניין יאהר.

ער האט געהייראט די אפערע זינגערין בתיה גאדפריה בן דוד און געהאט מיט איהר צוויי קינדער, אדם וועלכער איז אנגעשטעלט אין בראדוועי און שירה א חזן און אפערע זינגערין.

ער איז פלוצלינג געשטארבן אום ה' אדר ה'תשע"ה פון א הארץ אטאקע.