קארנעע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א דייאגראם פון אלע באשטאנדטיילן פון אויג.

קארנעע (Cornea) איז דער פארענט פון אויגן באל וואס איז א דורכזיכטיג הייטל וואס באדעקט און באשיצט די איריס שווארצאפל און אנדערע טיילן פון אויג. צוזאמן מיט די לינדז טוט דאס פארקריוון די ליכטיגקייט שטראלן, אלס רעזולטאט העלפט דאס די פֿאקוס.

די קארניע האט אויך פילע ענדלאזע נערוו ענדינגס וואס זענען סענסעטיוו צו סענזאציעס פון רור כעמיקאלן און שטארקע גערוך. דערמיט מאכענדיג דאס זאל בלינקען און רינען טרערן כדי אפצוהיטן דעם אויג פון שעדליכע גאזן און שארפע סם.

צוליב דעם וואס דער קארניע מוז זיין דורכזיכטיג כדי צו קענען זען, קען דאס נישט האבן קיין אדערן פאר בלוט סופליי אויפצוהאלטן די קארניע, אבער דאך באקומט דאס חיונא פון די טרערן און דאס האט מיליאנען נאכאנאנדיגע עלעקטראנישע נאכאנאנדיגע מעסעזשעס צום מוח צו יעדע ליאדע מינוט.